היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וויקופדיה אויף יידיש #2 -אן קיין גילויים

וויקופדיה אויף יידיש #2 -אן קיין גילויים

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1237159

עלהניסים » 31/12/2004 18:27

http://yi.wikipedia.org/wiki/Special:Allpages

דער חשובע מנהל האט געבעטן (נאכן דורכטוהן דעם ענין פונעם פאריגען אשכול) אז מען זאל נישט דא מגלה זיין קיין שמות (אפילו עס איז נישט אמת). אויב יא וועט מען יענעם גלייך חוסם זיין!. נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט ער איז.

נעכטן האב איך דא באקומען א נאמען וואס איך האב זיך זייער שטארק געפרייט דערצו, לאו כל יומא מתרחש ניסא צו באקומען א נייע נאמען.

יעצט זאל יעדער זינגען צוזאמען: ואומר לאָאָאָך... בדמיך חיי, בדמיך חיי.... בדמַאאאאיך חיי..... ונעעעיייימאַר....

איך וויל נאכמאהל בעטן די וואס ווייסען אביסל בחייכון וביומיכון אז מען זאל אריינשרייבן דארט אינעם וויקופדיה, אבער נאר מיט קראנטע מקורות!.

davka » 31/12/2004 21:12

ישר כח פאר'ן צושטעלן א גוטע סייט פאר'ן עולם.

ווער עס האט גוטע לינקס זאל ביטע פאוסטן. מאכט זיכער אז מען זעט נישט קיין שמוציגע זאכן ביי יענע סייט.

אבי_געזונט » 31/12/2004 21:21

זעט וואס עס שטייט דארט וועגן וויליאמסבורג:

װיליאַמסבורג, ברוקלין

װיליאַמסבורג איז אַ געגנט אין צפּון ברוקלין, ניו־יאָרק. אין װיליאַמסבורג געפֿינט זיך אַ גרױסע קהילה פֿון חסידישע ייִדן.

װיליאַמסבורג איז אַ באַװוּסטע שטאַט פֿון פֿאַלנע משוגעים און מטרופּים.

עלהניסים » 31/12/2004 22:30

אדרבה שרייב דארט אריין וואס די ווייסט וועגן וויליאמסבורג, קוקט אויס אז דער שרייבער פון יענע שורות האט געמיינט אז דאס איז די מציאות.

אגב, דעם אתר האלט נאך אין די גאר ערשטע שטאפלן פונעם עריכה, ביזדערווייל האט דאס בלויז 44 ארטיקלען. עס וועט אי"ה ווערן בעסער און בעסער.

דא האט איר אלע ענינים וואס איר קענט שרייבן, און עפענען פרישע ארטיקלען.
http://yi.wikipedia.org/wiki/Main_Page

ווער עס האט סיי וואספארא הערות -לצורך שיקום ושיחזור האתר- קען זיך מעלדן צו מיר אין אישית.