היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלייענס פארדרייט שוין ווייטער די פאקטן

אלייענס פארדרייט שוין ווייטער די פאקטן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1236479

באראש » 31/12/2004 00:25

אין די באריכט וואס איז ארויסגעקומען היינט פארדרייט די אלייענס שוין ווייטער די פאקטן, און מיט דעם ווייזן זיי נאכאמאל, אז די מענטשן וועמען זיי דינען זענען א כאפטע בהמות וועמען מען קענען אלס איינרעדן און זיי וועלן אלעס גלייבן, אפילו די גרעסטע שטותים.

אין די באריכט שרייבן זיי אז גדלי' סעגעדין האט דערקלערט פאר די רעקארד אז ער וויל צוטיילן וואודבארי, פונקט ווי מען האט צוטיילט שטחים נאך די ערשטע וועלט מלחמה. יעדער איינער וואס האט געליינט די רעקארד די לעצטע דריי וואכן ווייסט אז דאס איז א שקר גמור. גדלי' סעגעדין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט פאר די רעקארד, ער האט נאר געזאגט אז ער וויל פארהאנדלען מיט די שכנים איבער וואס קרית יואל זאל יא מעגן ענעקסן און וואס נישט, און קריס מעקענע האט אליינס צוגעשריבן אז דאס איז פונקט ווי נאך די ערשטע וועלט מלחמה.

דא ליינט די נארישע שקרים וואס זיי פארקויפן פאר זייערע קיען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 31/12/2004 00:37

אדרבא, איבערצייגטס ענק אליינס.

די רעקארד December 5 שרייבט אז גדלי' סעגעדין האט געזאגט אז ער זוכט שלום מיט די שכנים. קוקטס וואו די גענזן פיסלעך ליגן:
דאס שרייבט קריס מעקענע:
Kiryas Joel Administrator Gedalye Szegedin suggests the two sides could avoid a legal battle by sitting down and negotiating which parcels Kiryas Joel will annex – like heads of state carving up Europe after World War I.

דאס האט גדלי' סעגעדין געזאגט:
"Put aside the emotions, put aside the negativity," Szegedin said. "Let's have a mutual agreement. Why do the judges and the courts have to decide these issues?"

http://www.recordonline.com/archive/2004/12/05/camkjw.htm

----

December 21 שרייבט די רעקארד נאכאמאל אז גדלי' סעגעדין זוכט שלום מיט די שכנים. אויך דארט ווערט נישט דערמאנט קיין שום ווארט וועגן די ערשטע וועלט מלחמה:
The "Not One Inch" campaign stems from statements by Kiryas Joel Administrator Gedalye Szegedin in a Dec. 5 Times Herald-Record article, suggesting the two sides could avoid a court battle by negotiating which parcels his village would annex.
"Let's have a mutual agreement," he said then. "Why do the judges and the courts have to decide these issues?"

http://www.recordonline.com/archive/2004/12/21/woodbury.htm

----

אויך SOCA שרייבט אויף זייער וועבסייט אז גדלי' סעגעדין האט געזאגט אז ער וויל שלום און וויל פארהאנדלען וואס קרית יואל זאל יא און נישט מעגן ענעקסן, אבער זיי שרייבן נישט קיין ווארט וועגן ערשטע וועלט מלחמה:

Gedalye Szegedin, the Administrator of the Village of Kiryas Joel, has offered to sit down to discuss how to carve up the Town of Woodbury. Our counterproposal is simple and non-negotiable: Not One Inch!

http://www.socaonline.org/

נאר דאס איז שוין זייער אלטער וועג וויאזוי צו פארדרייען א קאפ פאר זייערע חמורים. ס'שטעלט זיך נאכאמאל ארויס מיט וואסערע מענטשן מען האט צו טאן.

תוקן על ידי - באראש - 31/12/2004 1:26:43

זשוליאני08 » 31/12/2004 01:44

יעצט ווער איז גאר געוואר אז מען טאר גאר נישט מאכן שלום מיט די שכנים, ווייל גדלי' סעגעדין האט פארגעשלאגן אז ער וויל מאכן שלום מיט די שכנים און וועגן דעם האט פאסירט די "נאט וואן אינטש" קאמפיין.

מען האט אמאל געפרעגט פרעזידענט בוש צי ער וועט מסכים זיין צו האבן א דיבעיט מיט דזשאן קערי יעדע וואך, האט בוש געענטפערט: קערי דארף קודם ענדיגן זיינע דיבעיטס מיט זיך אליינס, פאר ער קען אנפאנגען צו פארלאנגען דיבעיטס מיט א צווייטן...

איך מיין אז דאס איז גאר א גוטע ענטפער דא אויך: די אלייענס דארף קודם אויסגראדן אלע זייערע פליפ פלאפס און סתירות און ענדיגן זייערע דיבעיטס מיט זיך אליינס, פאר זיי ווילן אנפאנגען צו דיבעיטן מיט א צווייטן.

קריתיואלער » 31/12/2004 18:05

אלע צייטונגען אין ארענדזש קאונטי זענען פול מיט אנטיסעמיטישע בריוו קעגן קרית יואל און שרעקליכע העצערייען נוסח שטירמער (ווי די מעדיקעיד בריוו). אלע זאגן זיי קלאר ארויס אז זיי האבן מורא פון "פן ירבה".

די אנטיסעמיטישע ארגאניזאציע סאקא גיט א גאנצן צייט ארויס נאך סטעיטמענטס און נאך בריוו קעגן קרית יואל, וואו זיי זאגן קלאר ארויס אז זיי זוכן נישט קיין שלום מיט קרית יואל. זיי האבן נאר מורא פון "פן ירבה".

די רעקארד זאגט קלאר ארויס אז די סיבה פארוואס מען העצט אזוי שטארק קעגן קרית יואל איז ווייל די שכנים האבן מורא פון "פן ירבה".

אבער די כעלעמער אלייענס זוכט סיבות פון אונטער דער ערד פארוואס די שכנים האבן אונז פיינט.

פון אלס קליין קינד האבן אונזערע מלמדים אונז געלערנט אז ס'איז א הלכה ידוע אז עשיו שונא ליעקב. יעצט קומט די גרופע און זיי מאכן דאס אינגאנצן אוועק. לויט זיי האבן אונז די שכנים זייער ליב. די סיבה פארוואס זיי האסן אונז איז וועגן גדלי' סעגעדין זוכט שלום.

וועלן די נארמאלע ערנסטע מענטשן צווישן די אלייענס ביטע ארויסקומען?

א שטארקע ספק אויב זיי האבן

קרית_יואל » 31/12/2004 20:01

סעגעדין וויל שלום?

מיט'ן פארלאנגען פון וואודבואי אז זיי זאלן זיך אראפזעצן "צושניידן" וואודבורי?

נישטא ווער עס זאל לאכן!

KJAlliance » 31/12/2004 20:13

סעגעדין זאגט אז ביז 6 חדשים וויל ער נישט הערן פון גארנישט

ביזט מסכים???????????????????????

איז זיגי אויך מסכים??????????????..

איך שטעל מיר פאר אז יא, וואס הייסט אויפהערן דאס התגרות באומות,

נא, וועלן מיר ווארטן וואס די קומענדיגע דער איד, און דער באריכט, וועלן שפייען די נעקסטע אויסגאבעס

קריתיואלער » 31/12/2004 21:14

קרית_יואל. וואס סעגעדין וויל דאס הייסט נישט קיין שלום.

וואס ס'הייסט יא שלום איז דאס וואס די אלייענס וויל: אנצוגיין מיט די אנעקסעישאן אין אזעלכע אנגעצויגענע צייטן, כאטש דער מעיאר האט פארלאנגט אז מען זאל נישט רעדן פון אנעקסעישאן פאר זעקס חדשים כדי צו בארואיגן די אנגעצויגענע געמיטער.

נישטא ווער ס'זאל וויינען.

בדעבד » 2/1/2005 01:35

אינעם באריכט די וואך שרייבן זיי אז ס'איז א געוואלדיגע זאך וואס דער מעיאר האט פארלאנגט, אז מען זאל נישט מאכן קיין אנעקסעישאן פאר די קומענדיגע פאר חדשים, אבער נאר אפאר שורות שפעטער דרייען זיי צוריק דעם דאשיק און זאגן, וואסערע חוצפה איז דאס אז מען וויל זיי צוריקהאלטן פון ענעקסן זייערע פראפערטיס.

מיט אזעלכע חכמים ווער דארף נאך משוגעים...