היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פאליס ארעסטירט אלייענס מעמבער

פאליס ארעסטירט אלייענס מעמבער

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1236323

זשוליאני08 » 30/12/2004 20:48

די סטעיט פאליס איז היינט דאנערשטאג אריינגעקומען אין בית המדרש, און ארעסטירט אן אלייענס מעמבער וואס האט פרובירט אראפצורייסן צעטלעך פון אלף שמות.

מער פרטים שפעטער.

קריתיואלער » 30/12/2004 21:06

דער מענטש שפירט זיך אביסעלע נישט גוט. ער האט אנגעקאלט מענטשן און געסטראשעט אז אויב וועלן זיי אויפהענגען צעטלעך פון אלף שמות וועט ער זיי הרג'ענען.

די פאליציי האט אים געטראגן אין פאליס סטעישאן וואו מען וועט אים אביסעלע בארואיגן און מאכן שפירן אביסל בעסער.

לאמיר רעדן פון שמחות.

איגריקע » 30/12/2004 22:45

פונעם קעפל איז משמע אז מ'האט איהם ארעסטירט "ווייל" ער איז אן אלייענס מעמבער, דערווייל האט מען איהם ארעסטירט פארן פליקן צעטלעך, מצידי איז ער גערעכט, מ'הענגט נישט קיין פאליטישע מחלוקה צעטלעך אויפן גאס, כ"ש אין א מקום קדוש, ווי גערעכט די ר' אהרן מענטשען זאל נאר נישט זיין.

אגב, איך בין א גרינער דא, איך קען נישט שרייבן אויף "חדשות אנ"ש", איינער ווייסט פארוואס...איך זעה אז יעדע ראצער קען...וואס טו איך ראנג

פומבדיתא » 30/12/2004 22:59

1
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 30/12/2004 23:01

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 30/12/2004 23:03

איינער בעט זיך מען זאל אים אריינלאזן און מקוה
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 30/12/2004 23:06

פאליס און בארטונג מיט העסקן ר' שמעון ווייס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 31/12/2004 00:07

איגירקע האסט נישט גוט פארשטאנען. דער מענטש איז ארעסטירט געווארן פארן טיילן פעטש.

ווער ס'קען אים ווייסט אז ער איז א געפערליכער מענטש וואס טיילט פעטש פאר די וואס פארטשעפענען זיך מיט אים.

קרית_יואל » 31/12/2004 20:00

מען האט אים בכלל נישט ארעסטירט.

עס זענען געקומען צו פליען קרוב צו 10 סטעיט פאליס קארס, און אויך הצלה, מצילי אש, פאבליק סעיפטי און וואס נישט?

למעשה האט אים פאבליק סעיפטי ארויסגעטראגן פון מקוה אים צו שיצן פון די צורודערטע אהרונים.

KJAlliance » 31/12/2004 20:12

זאג עס ביטע איבער, אז אלע קרית יואלע זאלן קענען מיטלאכן

מען האט ארויסגעטראגן, מר. ה..... "אים" צו שיצן פון די אהרונים

אפשר, זיין קאלעגע דארף מען אויך באשיצן, אז מען זאל "אים" נישט טשעפען

קרית יואל, קיפ איט אפ

אגב, וואס איז נארוואס פארגעגאנגן מיט די זאלי באס, עפעס הער איך, איך האב נאכנישט פרטים, זאלי באס, אראפגעקלאפט זאלי מיידל, מרדכי שעהר אדער ליפא פריעדמאן, יא טשאפער נישט טשאפער, ווער עס ווייסט זאל ביטע פאסטן

תוקן על ידי - davka - 31/12/2004 23:13:15

קריתיואלער » 31/12/2004 21:19

רבותי לאכטס א גוטס.

פאבליק סעיפטי האט געדארפט ארויסטראגן דעם נארמאלער ה... באוואפנט מיט א שפיציגע סקרו דרייווער אין איין האנט און א מעסער אין די אנדערע האנט, אים צו באשיצן פון די צורודערטע אהרונים מיט סעלפאנס אין די הענט

קריתיואלער » 31/12/2004 21:21

אגב, דער ה... איז געזיצן ביז שפעט נאכמיטאג אין פאליס סטעישאן און ער האט א קאורט קעיס קומענדיגע וואך דאנערשטאג.

און דער יונגערמאן וואס ער האט אטאקירט דרייט זיך ארום מיט שטעקנס און קעסט אויף די פיס.