היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » די געריבענע לצים פון די באריכט...

די געריבענע לצים פון די באריכט...

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1235557

בדעבד » 30/12/2004 03:09

אברהם ווידער האט באקומען א נייער האמער'ל לכבוד דעם נייעם יאר...

דא דארף מען לאכן!

איר האט נישט געלאכט? נו, היתכן? עס איז דאך געווען אזא געלונגענער וויץ. די געריבענע לצים פון דער באריכט האבן געארבעט ביטער שווער עס צוזאמצושטעלן.

די וואך זונטאג איז פארגעקומען א מיטינג, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די געריבענע 19 יעריגע בחור'לעך און יונגעלייטלעך וואס שטעלן צוזאם דעם באריכט, דארט האט מען געשמועסט וואסערע גוטע ליצנות מען קען מאכן פון די אהרונים אין דעם באריכט וואס גייט ארויסקומען מארגן דאנערשטאג.

איין גרויסער חכם איז אויפגעשפרינגען מיט אן איידיע און געזאגט אז ער האט א מוראדיגן איינפאל, מען גייט חוזק מאכן פון דעם האמער'ל וואס געפינט זיך אין ווילידזש האל, פונקט ווי עס געפינט זיך א האמערל אין יעדע ווילידזש האל אין אמעריקע.

בקיצור עס איז געבליבן אז די נייעס גייט זיין אז אברהם ווידער האט באקומען א נייעם האמער'ל לכבוד די נייע יאר.

מ.ה.ש. האט געזאגט אז די וויכטיגסטע זאך איז די קעפל און מען דארף אויסארבעטן א גוטן קעפל אז די אהרונים זאלן ארויסגיין פון די כלים.

י.ש. האט זיך געריבן די בייכל און געשריגן, "אוי גייען די אהרונים שפרינגען. אוי גייען זיי שפרינגען."

ס'איז אפילו געבליבן אז ביים סוף פון די נייעס גייט שטיין געשריבן עפעס בערך אז אברהם ווידער וועט קלאפן שטילער ווי ער פלעגט קלאפן ביז יעצט און נאכדעם וועט קומען א פסוק, דברי חכמים בנחת נשמעין... (דא דארף מען נאכאמאל לאכן...)

מער איבער די מיטינג וועל איך שרייבן שפעטער.


אגב, זייטס גרייט אז נאכדעם וואס זיי וועלן ליינען די אשכול און זען אז מען איז געוואויר געווארן פון זייער "מעכטיגע קאנספיראציע" וועלן זיי שנעל אויסמעקן די נייעס...

באראש » 30/12/2004 03:36

רוב קרית יואל איינוואוינער ליינען עניוועי נישט די בויך קוועטשענישן פון די יונגעלעך. די וואס דרייען זיך אויף היידפארק קענען יא זען די אינטערעסאנטסטע, לאכעדיגסטע שטיקלעך אויף אונזער פארום.

getme » 30/12/2004 03:54

דער קעפעל פין "דער איד "ליינט זיך

ארגאן פין "אומאפהענגיגען"ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע

"דער באריכט" איז פינקט אזוי "נייטראל אין אומאפהענגיגען" ווי דער איד

לכאורה פינקט ווי מען דעבאטירט נישט דעם איד"ס נייטראלקייט איז עס אזוי אויך איבריג ביי דער באריכט

"עס איז נישט ווערט צי לייגן א אויג דערויף"

תוקן על ידי - getme - 30/12/2004 3:55:42

מקוה_איד » 30/12/2004 04:05

נאך א מזל "דער באריכט" איז נייטראל, שטעלטס ענק פאר ווען זיי זענען ווען זאליס, זעמיר ווען אלע אויף געהאקטע צרות.

בדעבד » 30/12/2004 04:12

ביי די זעלבע מיטינג איז אויך געבליבן אז מען גייט גוט צולייגן און חוזק מאכן פון מאיר הירש'ס דרשה. אלע פארזאמלטע האבן זיך געשוואוירן אז די אהרונים גייען עס זיכער נישט אויסהאלטן, און יעדער האט זיך געקלאפט אין די פלייצע מיט גרויס שמחה.

איינער האט דארט פארגעליינט די נייעס פון מאיר הירש'ס דרשה, אבער פאר סאם ריזאן האט זיך עס געהערט זייער טרוקן און נישט לאכעדיג לויט זייערע קינדערישע השגות, און די לצים האבן זיך אנגעפאנגען שטארק צו בייזערן. מען האט אנגעשריגן מ.ה.ש. פארוואס ער לאזט יענעם שרייבן אין דעם באריכט און מ.ה.ש. האט צוגעזאגט אז דאס איז די לעצטע מאל וואס ער לאזט יענעם שרייבן. ס'איז געבליבן אז מען גייט נעמען א צווייטן צו באשרייבן גוט חוזק'דיג מאיר הירש'ס דרשה, אזוי אז די אהרונים זאלן שפרינגען.

זשוליאני08 » 30/12/2004 04:28

איך מיין אז זיי זאלן דורכפירן א פאול וויפיל אהרונים עס ווייסן בכלל אז ס'איז דא אזא צייטונג דער באריכט. זיי וועלן זיין געשאקט...

ס'דערקענט זיך אז די אנפירערס פון דעם באריכט דאווענען אין ספינקא און נישט אין גרויסן בית המדרש. מ.ה.ש. איז זיכער אז אלע קופקעס אין בית המדרש רעדן נאר וועגן זיין צייטונג, און יעדער איינער דרייט זיך ארום צובראכן און צוקלאפט פון די זאכן וואס שטייען דארט.

ער ווייסט נישט אז דאנערשטיג נאכט גייען זיין ריזיגע קופקעס אין בית המדרש און מען גייט דיסקאסן די... שרעקליכע צאנאמי אין אפריקע און אזיע. קיינער גייט אפילו נישט וויסן אז ס'איז ארויסגעקומען א באריכט אויף די פאסט.

ווען ס'וואלט געווען פראפעשאנעל געשריבן מילא. וואלט זיך נאך געגלוסט פאר אן ערוואקסענעם מענטש אריינצוקוקן דערין...

קריתיואלער » 30/12/2004 07:09

די טסונאמי און די אלף שמות מסיבה, דאס זענען די צוויי טאפיקס פון וואס יעדער איינער רעדט יעצט אין קרית יואל.

פלאךאוןדין » 30/12/2004 17:07

און דאס אלעס איז גארנישט גערעדט??

עס איז א פיינער צייטונג, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט מיט א האמערל אבער איך וועל שוין שען ווען עס וועט אנקומען. איך שטעל זיך פאר אויף ענקער שרייבן אז דאס איז א גוט שטיקל פעליטאן אויפן פארנעם פונעם מעיאר ירום הודו.

נו לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט דער רב פון קהל יטב לב בק"י געזאגט:
ליצנות און א צייטונג, כבר היה לעולמים עס איז נישט עק וועלט

אזויווי יעדע נייע זאך, וועט עס נאך מן הסתם טוישן די צורה, איך געדענט נאך דעם "די צייטונג" אלס א נייע צייטונג און פיל פון אייך געדענקן אויך דעם "איד" און בלאט ווען אלע פון זיי האבן שוין 6 מאל געטוישט.

א צייטונג טוישט לויט די תקופות און אז נישט איז עס נמאס ומאוס צו ליינען

און אז ער מאכט אביסל חוזק פון די מולטי-מיליאנערישע וועד הקרי' איז אויך נישט געפערליך
און ווערטס נישט פארלוירן, אז און פאקט דער איינציגער אומבאגרעניצטער אדער אומאפהענגיגער צייטונג וואס קען דעקן און דעקט די קאלירפולע שטאט קרית יואל, א דורכשניטלכער פערדישער ארוני האט ביז היינט נישט געוואוסט אז עס עקזסיטירן און די שטאט מוסדות קהלות און בתי מדרשים.

און דאס אז די זאגסט מיט סארקאזם אז קיינער רעדט נישט פון דעם "דער באריכט", איז אביסל איבערגעטריבן, ווייל איך דאווען אגאנץ יאר וואכן טעג און ביהמ"ד דקהל יט"ל שחרית מנחה וערבית און איך האב זייער הנאה מיטצוהאלטן דו געשפרעכן,

זשוליאני08 » 30/12/2004 22:41

פלאךאוןדיןאוןנאריש:

מען האט שוין געהערט אז א צייטונג זאל מאכן ליצנות, אבער נישט א צייטונג וואס דינט רבי ז"ל אידן ווי פנחס יאקאבוויטש און אלימלך שטערן

נישט א צייטונג וואס דינט א קרייז פון תמימים וועלכע שרייען משכילים אויף אן אנדערע צייטונג וואס מאכט ליצנות.

נישט א צייטונג וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך בחורים. קיין שום ערוואקסענער מענטש איז נישט אינטערסירט צו ליינען בחור'ישע דזשאוקס.

און נישט א צייטונג וואס קוים 300 מענטשן ליינען און קוים 500 מענטשן ווייסן אז ס'קומט בכלל ארויס.

באראש » 30/12/2004 23:06

דא האט איר די נייעס פון די מעכטיגע מעכטיגע מעכטיגע לצים.

גרייטס אן א גיטן קיצלער פארן ליינען די נייעס
[בילד – נישט אפגעהיט]

פלאךאוןדין » 31/12/2004 02:20

דרך אגב איך זעה די האסט געסקענט מן הסתם האסטו עס געליינט.
וואס איז פשט פון דעם דוד עקשטיין פאונדעישן א הלוואה פון 1999 און ער וואונדערט זיך אז 2002 איז עס נאכנישט באצאלט מאי כל הרעש? וועם וויל ער דא און וואס וויל ער דערמיט?

פלאךאוןדין » 31/12/2004 02:56

זשוליאני08
איך וועל איבערהאלן מיינע ווערטער, עס איז דער ערשטער און דערווייל איינציגער צייטונג וואס לפי ראות עיני רעדט ער פון יעדן איינעם און צו יעדן איינעם.

ער רייסט נישט אראפ קיין יחידים, ער באריכטעט נייעס פון צענדליגער בתי מדרשים אינקלאדינג קהל יט"ל, קיין שום מוסד איז נישט כאילו עס עקזיסטירט נישט, דעם אויסגאבע באריכטעט ער די געוועזענע דינער פון מוסדות תו"י דרבינו יואל ווי אויך און אקליין נייעסל און די שפאלטן פונעם צייטונג דער קומענדיגער דינער פון מוסדות תו"י בני יואל,

עס איז אפשר נאך נישט ממש אזוי אבער מיט די צייט זעט אויס וועט דער ארוני און מאנרא זיין צוגעבינדן צו איין ביהמ"ד און איין מוסד איין צייטונג (חוץ אויב וועט די פרומע פארטיי ארויסגעבן אן עקסטערן צייטונג) און די אנדערע איינוואוינער וועלן געניסן פון א סארט פרייהייט פון געשפרעך, פרייהייט פון די פרעסע, פארשטייט זיך אלעס און די גדרי התורה והיראה. עס איז פאר יעדן קלאר אז די שטעטל קרית יואל גייט און די ריכטונג פון א גרעסערע שטאט, מיטן גרינדונג פון פרישע קהלות ווי תולדות אהרן, טאהש, ברסלב, וואס דאווענען אנדערע נוסחאות ווי און סאטמאר. און דאס וועט לויטן נארמאלן שכל פירן צום גרינדונג פון מוסדות התורה והחינוך.

און ווי יעדער פארשטייט איז אקעגן די פארשריפטן פון די ארונישער פארטיי פירער און קרית יואל וועלכע וואלטן געוואלט ווייטער האלטן קאנטראל אויף יעדע ריר פון יעדן בירגער.
ב"ה סאטמאר איז גרויס בליעה"ר עס וואקסט אינערליך און עס פאלט זיי ארויס שטאטלעך פון די הענט בדרך הטבע.

שדים_טאנץ » 31/12/2004 03:53

פלאך און דין יו בעט...

דער האמער פונעם מעיאר האט זיך שוין פונלאנג באקלאגט אז מען דעקט אים נישט אין די היימישע צייטונגען. ער האט געסטראשעט אז ער גייט ארויסגעבן אן אייגענע צייטונג וואס גייט הייסן דער האמער.

יעצט קומט ב"ה ארויס א צייטונג וואס גיט פולשטענדיגע דעקונג פאר דעם האמער און ס'איז הכל על מקומו יבוא בשלום.

פלאכקייט: גיי צו אנדערע פארומס און דארט שרייב אז דער באריכט איז נייטראל, קלוג, שיין, פארגעשריטן, איידל און געלונגען. נישט אין א פארום וואו די ליינערס זעען די געלונגענע נייעסן פון דער באריכט און זעען מיט וואסערע פאלנע בהמות מען האט דא צו טאן.

באראש » 10/1/2005 00:09

גראדע דארף אנגעוויזן ווערן אז די ווילידזש אפיס אין קרית יואל איז געווען די איינציגסטע ווילידזש אפיס אין ניו יארק סטעיט ווי ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין אמעריקאנע פאן און קיין האמערל און ווי מען האט נישט געזאגט די פלעדזש אף אליזשנס.

ביז... ביז עס זענען געקומען די רשעים פון די אלייענס. י. כהנא האט געברענגט צו די ווילידזש מיטינגס דעם צורר היהודים מעקלאגלין ימ"ש, וואס איז געלאפן צו די פרעסע און געשריגן אז די גאנצע ווילידזש מיטינג איז א חוזק, מען זאגט נישט די פלעדזש אף אליזשנס, סאיז נישטא דארט קיין אמעריקאנע פאן, מען רעדט אין יידיש אשטאטס ענגליש און די מעיאר האט נישט קיין האמערל.

דעמאלץ איז מען געצווינגען געווען צי קויפען די אלע זאכן.

איז אזוי. ווען זיי וואלטן געהאט שכל און געהאלטן זייערע נארישע קינדערלעך שטיל וואלט אלעס געווען פיין אין וואויל. יעצט זענען זיי געגאנגען אין ארויסגעשיקט די נארישע שוטימלעך אז זיי זאלן "חוזק מאכן" דערפון אין זייער קינדער-פורים-צייטונג די באריכט.

האבן זיי ב"ה גוט צוריקגעכאפט א דאנק בדעבד.

ישר כח בדעבד פאר א דזשאב וועל דאן

קרית_יואל » 10/1/2005 01:59

זעט אויס אז מעקלאגלין דרייט זיך היבש לאנג אין ק"י. ווייל ווען נישט אים וואלט מען זיכער נשיט געדארפט מאכן די גויאישע ראליס פאר מענער און פרויען, אנשים נשים וטף, וואס גייט שוין אן פאר די לעצטע 15 יאר.

קריתיואלער » 10/1/2005 04:50

וועמען טרייסטו איינצורעדן אז קרית יואל האט אנגעפאנגען ראליס? וואספארא נארישקייטן רעדסטו?

האט מען אין וויליאמסבורג נישט געמאכט ראליס פאר פאליטישאנס מיט 20 און 25 יאר צוריק?

האט מען נישט אין אלע צייטן ביי כלל ישראל געמאכט ראליס פאר רעגירונגס פירער?

אפילו פאר מאריא טערעזא, א פרוי האט מען געמאכט א ראלי און ארויסגעגאנגען קעגן איר מיט ספרי תורה!

קרית_יואל » 11/1/2005 06:05

וואס מען האט געמאכט אין דער אלטער היים איז געווען א "מוז". מען האט מורא געהאט פון די מלוכה.
היינט איז א דעמאקראטישע וועלט, און די ראליס מיינען בלויז געלט און כבוד מיט גויאישקייט.

און אויב דו געדענקסט טאקע וואס פאר א פנים פלעגט האבן די ראליס אין וומס"ב. עס איז געווען אויסער יעדע קריטיק אין די לעצטע פאר יאר וואס עס איז אנגעגאנגען.
ב"ה זינט עס איז דא א רב אין די קהילה האט ער דאס געסטאפט! דער בארימטער איש החסד ר' יונתן מענצער נ"י האט געוואלט מאכן א ראלי פאר די געוועזענע גאווערנאר וואלן, אבער אויף די בקשה פון הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א האט ער דאס נישט דורכגעפירט!

פייפ_ליין » 11/1/2005 18:18

וואס עפעס האסטו אפגעמאכט אז געלט איז נישט א "מוז"?

צווייטענס: האט זיך דער דעמאקראטישער רעגירונג געגרינדעט תשל"ט נאכדעם וואס רבינו זי"ע איז אוועק?
האט מען דען נישט געמאכט ראליס פארדעם? פרעג דיין טאטע צו ער געדענקט די ראליס פאר דעם געוועזענער מעיאר ביעם צוויי מאל מיטן אנווענהייט פון רבין זי"ע

אבער ב"ה הקב"ה פארלאזט אונז נישט ער האט אונז איבער געלאזט אזא געהויבענער צדיק וואס ער איז קלוגער ווי דעם רבי'ן זי"ע און דער גרויסער עניו קען נישט דערליידן קיין געלט און כבוד האט ער איינגעריסן וועלטן אז פאטאקי זאל נישט קומען... והיא שעמדה לאבותינו ולנו

mechel19 » 11/1/2005 18:43

פייפ_ליין
נישט נאר מעיאר ביעם, ווער געדענקט דען נישט מעיאר וואגנער, מעיאר לידזי, ווייס פרעזידענט האמפרי, און אפילו דער מנ... ריטשמאנד, ווי מען האט פאר זיי אפילו אהיים געברענגט די קינדער פון חדר צום רבינס הויז ווי עס איז געווען גרויסע ראליס. אפשר האט מען דעמאלטס אויך מורא געהאט מפני מוראה של מלכות, אדער האט דער רבי נישט געוויסט פונעם ,למה תתראו". א פלא פארוואס דער גאון הצדיק שליט"א אבדק"ק ווילי האט נישט מסביר געווען פארן רבין זי"ע אז עס פאסט נישט צו מאכן ראליס, (אזוי ווי ער האט מסביר געווען פאר יונתן מענצער).

שדים_טאנץ » 11/1/2005 19:26

זיכער האט דער הייליגער רב שליט"א פון ווילי מעורר געווען דעם רבי'ן זי"ע דערוועגן. ער האט אנגערופן רביה"ק און אים געזאגט בלש"ק, "וויאזוי קען מען זיין אזא וועקי ווי דיר?"

ס'אפילו פאראן א שמועס וואס ר'האט געהאט מיט זיין רבין ר' שימעלע דזשיגאן, וואו ר'האט מ'שטיינס געזאגט זיך אויסגעדרוקט סארא חוצפה צו מאכן ס'גויאישע ראלי אין הארץ פון וויליאמסבורג.

יא יא, פאר'ן רב שליט"א האט דעמאלטס נישט געבאדערט קיין גויאישע ראלי אין וויליאמסבורג. איר קענט זיין זיכער...

משהבערבעק » 13/1/2005 23:03

קרית_יואל,
איז דאס אויך זאלי'ס קרעדיט אז זייט ער איז דא איז "נתבטל געווארן" דאס מאכן פראטעסטן קעגן די מדינה הציונות ימ"ש?
דו ווייסט אפשר נישט וויפיל קרעדיט מען קען נעמען דערפאר!
דו ווייסט וויפיל מענטשן עס האבן געבליטיגט און געווייטאגט אויף די "געמיינע רשעות" פון כ"ק הגה"צ קרית יואל'ער רב שליט"א וואס האבן ארויסגענומען די בחורים פון צווישן די "הייליגע ישיבה ווענט" צו די "טריפה'נע מאנהעטן גאסן"?!!
יא, ס'איז געווען אידן וואס האבן געבליטיגט, און פארדעם געווארפן "פאשקווילן"!!
מעגליך דאס איז די איינציגע "פאשקעוויל" וואס הרה"ג ווילי שליט"א האט אונז איינגעשפארט!!

זאלי'ס קרעדיט איז: אז די לעצטע 5 יאר האט דער רבי נישט אריינגעטרעטן אין קרית יואל! אפילו צו גיין אין ביה"כ...
זאלי'ס קרעדיט איז: אז דער רבי איז נישט אריינגעקומען צו פירן "הקפות" אין ביהמ"ד! כדאי די "4 ראדני סט. שלעגער" זאלן נישט גיין ליידיג! [הסבר: א זאלי האט מיר געזאגט אז ער האלט פון די אל"ף שמות מסיבה, ווייל אזוי גייען זיי כאטש נישט - יענעם מוצש"ק - צו קיין טיאטער...!!]... ווי אזוי האט יענער געשריבן: "חכמה בגוים תאמין"...
זאלי'ס קרעדיט איז: דער רבי זיצט ביי זיך יעדע נאכט און ווערט נישט געשטערט פונעם ציבור מיט זייערע נארישע פארלאנגן
זאלי'ס קרעדיט איז: אז ער געט אוועק – פאר א צווייטן איד - זיין בענקל, בתשואות חן!

זשוליאני08 » 21/1/2005 02:21

קריתיואל,

אין קרית יואל רופט מען נישט קיין פאליטישאנס צו קיין הייליגע מסיבות, ווי למשל די כ"א כסליו מסיבה, אין וויליאמסבורג יא.

א שטיק צייט פאר זלמן לייב האט זיך געקרוינט רב האט מען געסטאפט צו רופן די פאליטישאנס, אבער ווען זלמן לייב איז געווארן רב האבן זיי צוריק אנגעפאנגען געלאדנט צו ווערן צו די כ"א כסליוס, און אפילו צו די חתונות פון זלמן לייב, א זאך וואס איז קיינמאל נישט דערהערט געווארן אין סאטמאר.

זאליweaky » 21/1/2005 09:28

איך טייל זיך מיט מיט דעם "פלאכן'ס" שמחה אז ער קען שוין ענדליך אפציילן א פונקטליכן חשבון פון אלע מויזן לעכער פון גאנץ קר"י.
כ'האב אבער באמערקט אז רובא דרובא נייעסער פון דעם איינציגסטן נארמאלן ביהמ"ד זענען עפעס ארויסגעפאלן. נו, מילא, פון אזויפיל בתי מדרשים קען אמאל איינס ארויספאלן. נישט געפערליך.

א באזונדערן יישר כח פאר די בשורה טובה אז עס גייען זיך עפענען נאך מוסדות פון תולדות אהרן, פאפא, ספינקא, און אלע גוטע יאר.
זאלן זיי זיך רייסן צווישן זיך. און צורו לאזן די גאנצע שטאט.
פירוד לרשעים...