זינט איך האב געהערט די טעיפ פון פארגאנגענעם מוצ"ש דינער פון מוסדות דרבינו יואל בעת די דרשה פון שר האוצר פון קרית יואל מאיר הירש. איך הער נישט אויף לאכן און שטוינען און די זעלבע צייט.
פלוצלינג איז ער געווארן רעדעוודיג!!!
ער פארענטפערט,
ער וויינט,
ער פראבירט שיין צו מאכן און פארגלעטן,
ער אטאקירט
און רימט אויס
אלעס און איין דרשה.
מיר מוזן דערגיין וואס איז דא געשען?
ווער האט אים אזוי געפענט דאס מויל?
און דורך דעם גורם געווען ער זאל זיך אויסטון אין פאבליק??!!!!
ברם זכור לטוב די פארגאנגענע אויסגאבעס פון "דער באריכט"
וואס האט, און טוט ווייטער מפרסם זיין די מעשים טובים און ביזנעס פארבינדונגען און אקטיוויטעטן פון דעם וואויל באקאנטן ביזנעס, וועד הקרי' זיינע,
און די פילע שקרים און דמיונות שוא מיט וואס מען קארמעט קרית יואל'ער אידן די לעצטע יארן....
ווי אויך קומט אין ליכט, דער פערזענליכער בריוו פון הרבני הנגיד דער גרעסטער שטיצער פון מוסדות התורה און אלע ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן בעירנו קרית יואל הקצין ר' יחזקאל בראך הי"ו
און די זענען די גורמים וואס האבן אים ענדליך געעפענט דאס מויל. און עס איז האפענטליך נאר דער אנהויב.
אויב אזוי איז דאך שוין נישט קיין וואונדער אז ער רעדט און וויינט ווייל ווי אזוי זאגט די וועלט:
אז עס טוט וויי שרייט מען
פלאך און דין כשמך כך מוחך טאקע זייער דין איך זעה אויף דיינע ווערטער אז ווען מהאט געטיילט שכל האסטו גענומען מיט א גאפל, טו מיר א טובה אוין הער אויס די דרשה פון פאר א יאר דארטן זאגט ער כמעט די זעלבע דרשה ווי היי יאר מעגליך אז דער באסריכט איז שוין אלט א יאר צייט איך ווייס נישט פאר ענק פאסט עס צו זאגן
נ. ב. מיין סדר איז נישט צו אטאקירן אזוי יענעם אין נאכדערצו פערסאנעל אבער דא איז א אויסנאם פשוט פארן שרייבן אזעלכע שטותים
טאגליכט א היכי תמצא
ווען מאיר הירש, רעדט "בתוך הדברים" 'אויך' פון וועד הקרי', איז עס "יא" אין כלל פון 'אז עס טוט וויי שרייט מען'
אבער ווען מען עפענט א אשכול "ספעציעל" 'נאר' וועגן מאיר הירש, איז עס "נישט" אין כלל פון 'אז עס טוט וויי שרייט מען'
קאמענטארן, איז ...................
איך וועל אוודאי נישט אריינגיין אין א דיסקאשען איבער אזעלכע נארישקייטן ווי א SCREEN NAME
אבער איך וועל דיר ענטפערן, עס איז שוין העכסט צייט דו זאלסט דיר עפענען דעם קאפ און פארשטיין, אז מען פירט דיך אין באד אריין, מיט דעם וואס דו לאזט דיך איינרעדן, אז מאיר הירש זוכט די טובה פונעם עתיד און קרית יואל, און אירע מוסדות.
1. אויב איז דאס אמת אז ער זוכט די טובה פון די מוסדות וואלטן די ק"י מוסדות זיך געדארפט באדן אין געלט לויט זיינע ווערטער אז וועד הקרי' שטייט גאר גוט און בעסער וואו סיי ווען און איר היסטאריע.
2. מאיר הירש איז פיל קלוגער און פיפיגער פון דעם, ער זאל דיך וועלן צופרידנשטעלן, ער אינוועסטירט די מיליאנען וואס פליסן אריין און די פריוואטע קאסע פון די אזויגערופענע וועד הקרי' דקהל יט"ל, און דו טאגליכט אין אנדערע תושבי קרית יואל און די מוסדות און קרית יואל גייען דערפון גארנישט האבן.
דאס איז איינס פון די זאכן וואס מאיר הירש שרעקט זיך אזוי פון הרבני הנגיד וואס קען מיט רעכט אנגערופן ווערן דער פרנס העיר ר' יחזקאל בראך הי"ו,
אז מען וועט אויפדעקן לעיני השמש די אלע באהאלטענע טראנזאקציעס און טונקעלע געשעפטן,
און ער קען אים נישט זאגן איך ווארף ארויס דיינע קינדער אדער אנדערע טעראר מיטלען,
ווייל קרית יואל און אלע אירע איינוואוינער צוגלייך, און די ארגאניזאציעס פון אלע פראקציעס, און אלע קרייזן, האבן שוין מער הנאה געהאט, און וועלן ווייטער מער הנאה האבן, פון ר' יחזקאל ני"ו וואס האט שוין אסאך מער געלייסטעט פאר קרית יואל און אלע הינזיכטן, פון וואס מאיר הירש און זיין סוויטע האבן געטון פאר קרית יואל.
יעצט ענטפער מיר נאכאמאל דיינע שטותים און פאר אוועק פון דעם נושא
ווי פאסיג איז דער קעפל פון דעם אשכול, אז עס טוט וויי שרייט מען...
פלאךאוןדין. איך האב נישט קיין בעסערע ווארט וויאזוי צו דעסקרייבן דיין ביטערע געוויינעכץ איבער מאיר הירש'ס דרשה.
די באריכט קומט שוין ארויס חדשים. אפאר נעבעכדיגע קינדער פארנעמען זיך מיט מעכטיגע ליצנות'ן וואס קיין שום ערנסטער מענטש אין קרית יואל ליינט נישט. קיין איין נארמאלער מענטש מאכט זיך נישט וויסנדיג. קיין שום אפיציעלע ענטפער קומט נישט פון די הויכע אינסטאנצן, ווייל קינדער ענטפערט מען קיינמאל נישט. איינמאל מאיר הירש לאזט פאלן אפאר ווערטער (און נישט וועגן דעם באריכט נאר וועגן זייער נידערטרעכטיגע מסירה פאר די רעקארד) און זיי שפרינגען פון די הויט.
און אגב, פלאךאוןדין ווער רעדט דיך איין אז ועד הקרי' גיט אונז נישט קיין געלט? מעגסט וויסן אז יעדער אהרוני אין קרית יואל באקומט יעדע וואך א פעטן טשעק פון מאיר הירש'ן אויף די פאסט.
האסט א פראבלעם דערמיט? ווער אן אהרוני...
ווייטער נישט צום דבר
מסירה שרייען ענק דאך שוין 7 יאר!! און מאיר האט נאך נישט געפונען פאר וויכטיג אויפצוטרעטן און פראבירן צוריט צו געווינען ענקער דעת
און דא פלוצלינג ................. פראבירסטו מיר צו זאגן אז מסירה פאר די רעקארד...
נא נא נא דאס איז געענטפערט ווי א קינד