אינטערעסאנט
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1231966
כ'האב געפונען א רשימה וואס איינער האט געשריבן אין יאר תשי"ד פון די רייד ווען דער ליבאוויטשער רבי איז געקומען מנחם אבל זיין דעם פרעירדיקן הייליקן סאטמאר רבי'ן זצוק"ל, י"ט חשון תשי"ד - נאכן פטירה פון זיין טאכטער מרת חי' רוזה ע"ה - נפטר געווארן י"ד מר-חשון תשי"ד (די רשימה האט א שייכות מיט דעם "חגא" פון די גויים וואס האט אויסגעפאלן דעם לעצטן פרייטאג צונאכט):
א. מרן כקש"ת אדמו"ר זצוק"ל האט געפרעגט ביים ליובאוויטשער וועגן "יום אידם" וואס ווערט אנגערופן "הלאוין" (און האט אויסגעפאלן אין יענע וואך), צו מ'דארף אים פאררעכנען אלס "יום אידם" אין דעם געבורטסטאג פון "אותו האיש" (וואס ווערט אנגערופן "קריסמעס"), וואס די פייערונגען וואס מ'פראוועט אין אים פארבונדן מיט אן עניין פון עבודה זרה, צי אפשר עס איז נאר סתם "א קינדער שפיל", און ס'ניטא אין דעם אן עניין פון עבודה זרה?
און האט צוגעגעבן אז אין זייער לאנד, "אין דער היים", האט מען זיך זייער געהיט - נישט נאר אויף די קינדער, נאר אויך אויף די ערוואקסענע - אז זיי זאלן נישט ארויסגיין אין גאס כו', ווייל די גויים פלעגן פראווען די פייערונגען זייערע נאך דעם וואס זיי זיינען ארויס פון זייער קלויסטער, און דערפאר עס איז א סברא אז ס'דא אין דעם אן עניין פון ע"ז.
דער ליובאוויטשער האט מסכים געווען מיט דעם, און האט צוגעגעבן, אז דער דערמאנטער "יום אידם" איז נישט געווען באוואוסט און באקאנט אין רוסלאנד.
ב.מרן כקש"ת אדמו"ר זצוק"ל האט געפרעגט ביים ליובאוויטשער וואס איז דער טעם אז די קביעות פון "ליל ניתל" (וואס מ'פלעגט נישט לערנען אין אים) איז לויט זייער קאלענדאר, און נישט לויט דעם לוח פון אידן?
און דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט: דער טעם וואס מ'לערנט נישט אין "ליל ניתל" איז צוליב נישט אריינבריינגען חיות אין "אותו האיש" און אין די וואס גייען אין זיין וועג איצטער (אז זיי וועלן נישט האבן קיין יניקה), און וויבאלד אז אט די שיטה און "יום אידם" איז לויט זייער לוח, און יעמאלט פייערן זיי כו', דערפאר, אויך די פארזיכטיקייט פון צוגעבן חיות איז אין דער זעלבער צייט ווען זיי פייערן, לויט זייער קאלענדאר. און לויט דעם איז א סברא צו זאגן, אז אין יעדער לאנד דארף מען זיך היטן אין דעם ביים "ליל אידם" וואס פירט זיך איין אין אט די לאנד אין היינטיקן צייט. - אין די מערסטע ערטער איז זייער "יום אידם" באשטימט אויף דער 25-טער - אין דעצעמבער, און דערפאר היט מען זיך אין אט דעם טאג, און אנטקעגן דעם אין די ערטער וועלכע מען פייערט אין זיי דעם "יום אידם" אין אן אנדער טאג (און צום ביישפיל: אין דער 6-טער - אין יאנואר), דארף מען זיך היטן אין יענעם טאג.
ג. מרן כקש"ת אדמו"ר זצוק"ל האט געפרעגט דעם ליובאוויטשער וועגן זאגן קדיש, צי צו באגנוגענען זיך מיט דעם וואס זיין איידים (די נפטרת'ס מאן) וועט זאגן קדיש ביז די שלושים, אדער ער אליין וועט זאגן קדיש די אלע עלף מאנאטן? און דער ליובאוויטשער האט גערעדט אויף די מעלה פון זאגן קדיש עלף חדשים, ספעציעל לויט ווי ערקלערט אין קבלה.
[דערוויילע איז אריינגעקומען א ליטווישער ראש ישיבה, און אז ער האט געפרעגט אין וועלכן עניין פערנומט מען? האט אים מרן כקש"ת אדמו"ר זצוק"ל באפרייט מיט איין מאך, זאגנדיק, אז די עניינים - קבלה זאכן - זענען נישט שייך צו אים...].
דערנאך האט געפרעגט מרן כקש"ת אדמו"ר זצוק"ל דעם ליובאוויטשער וועגן די צייט פון מצבה-אויפשטעלונג, און דער ליובאוויטשער האט געזאגט, אז חב"ד פלעגן ארויפשטעלן די מציבה וואס מער נאענט צו די שבעה-טעג.
דער ליובאוויטשער האט אויך דערמאנט אז לויט מנהג חב"ד לייגט דער אבל תפילין אויך אין דעם ערשטן טאג.
[ווען דער ליובאוויטשער איז ארויסגעגאנגען (נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם כו'") האבן געבעטן עטלעכע יונגעלייט ביי זיין שמש צו באקומען שלום, און דער ליובאוויטשער האט מסכים געווען, און געשטאנען א שטיקל צייט געבן שלום, און האט געבענטשט א טייל פון זיי - לויט זייער בקשה - אין זייערע פריוואטע זאכן].
ביז דא איז די רשימה.
וועגן דעם וואס עס איז אן עניין פון ע"ז - זע אין רש"י אין אנהויבס מס' ע"ז.
וועגן זאגן קדיש עלף חדשים - זע אין שער הכוונות ענין הקדיש. פע"ח שער הקדישים. סידור האריז"ל פאר עלינו. געבראכט אין שיורי ברכה יו"ד סו"ס שעו.
תוקן על ידי - מנחםמנחם - 26/12/2004 10:58:31
תוקן על ידי - מנחםמנחם - 26/12/2004 11:00:14
אויב סי'טאקע גיווען אזא מן באזוך, מסתמא זענען נאך פאראן אלטע חסידים וואס דארפן גידיינקן דאס.
אפשר אימיצער קען אן אלטן חסיד וואס קען גידיינקן דאס זאל ער פרעגן בא אים.
אינטערעסאנט.
די מעשה איז קאפויער ווען סאטמאר רב זצ"ל איז געגאנגען באזוכן דעם ליובאוויטשער נאך די פטירה פון זיין מוטער די 'רשימה' ווי יענער רופט עס, איז פונלאנג געדרוקט געווארן דורך קה"ת איז א קובץ איך געדענק נישט אויפן ארט דעם נאמען, אבער עפעס מנחם... איך האב עס שוין געזעהן צוריק מיט יאהרן
איך האב עס געזען און א ספר מיטן נאמען "שמן ששון מחבריך" ארויסגעגעבן דורך קה"ת
דארט באשרייבן זיי ווי דער "רעבי" איז געווען מקושר מיט אלע גדולי ישראל, ווי דער רבי ז"ל און נאך
און להבדיל אלף הבדלות דער דעמאלטיגער ראש הממשלה...
איימיצער קען אפשר בריינגען די רשימה אדער א לינק צו די רייד אין דעם צווייטן באזוך וואס שמחה און נתן דערמאנען.
ווי זאגט זיך דאס ווערטל: ניתי ספר וניחזי
אט האט איהר א לינק צו קויפן דעם ספר תורת מנחם - מנחם ציון, ווען רבנים אדער חכי"ם און צוגלייך ראשי ממשלה (אלע זענען דאך גדולי
ישראל (עפ"ל) מיר דוכט זיך נאך אלץ אז דער שמועס איז פארגעקומען ביים חב"ד'סקער אין שטוב נישט ביים סאטמאר רב אין שטוב טראצדעם וואס זיין מוטער חנה איז אוועק ו' תשרי תשי"ד
http://www.kehot.co.il/media/katalog_kehot.pdf1) די מוטער פונעם לובאביטשער איז געשטארבן ו' תשרי ה'תשכ"ט - אין דעם בין איך זיכער.
2) קיינער האט נישט גיענטפערט ווען האט זיך אופגהערט דער קשר מיט לובאביטש?
(אויב רבינו הקוה"ט איז געווען באם לובאביטשער נאכן פטירה פין זאיין מוטער, הייסט עס אז דער קשר האט זיך נישט אופגעהערט אין "מלחמה שש הימים" פון תשכ"ז, ווי איך האב גימיינט).
גליקליכער
ניחום אבלים הייסט א קשר?
אויב ס'איז גוועהן א קשר, דעמאלטס פארוואס זענען נישט גוועהן קיין רבי'שע באזוכען, ווי למשל ביים ביאנער רבי'ן און קאפישניצער רבי ועוד ועוד ?
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - נערוון - 19/01/2005 9:02:02
הרש"ב זי"ע כן מזכיר את ענין הג' שבועות במכתביו הנדפסים בספרי אגרות קודש
ולדוגמא אעתיק מש"ב הרש"ב במכתבו המפורסם שנדפס בספר אור לישרים, וזל"ק:
"בדבר שאלתם אודות הציונית והבאנק שלהם, הנני להשיב להם בקצרה, הנה גם אם היו האנשים האלה שלימים עם ד' ותורתו וגם הי' מקום לחשוב שישיגו מטרתם אין לנו לשמוע להם לדבר הזה ולעשות את גאולתינו בכח עצמינו, והלא אין אנו רשאים גם לדחוק את הקץ להרבות תחנונים ע"ז, (רש"י כתובות דקי"א ע"א ד"ה שלא לדחוק את הקץ ועמ"ש במ"ר שה"ש פ"ב ע"פ השבעתי אתכם) וכ"ש בכוחות ותחבולות גשמיים, דהיינו לצאת מהגלות בזרוע אין אנו רשאים ולא בזה תהי' גאולתינו ופדות נפשינו, ובפרט שהוא נגד תקותינו האמיתי כי כל צפיותינו ותקוותינו הוא שיביא הקב"ה לנו מ"צ בב"א ותהי' גאולתינו ע"י הקב"ה בעצמו"
מיר דוכט זיך אז אין די שולחן ערוך הרב'ס וואס די סאטמערע האבן געדרוקט פאר 25 יאר צוריק בערך (איך מיין אז די באקאנטע "גרובערס" זענען געווען אונטער דעם) איז געדרוקט בריפן פון רש"ב אויף יעדן טריט און שריט דערמאנט ער די שלש שבועות די בריוון זענען אפילו איינגעטיילט לויט דעם סדר פון ויואל משה: שלש שבועות, ישוב ארץ ישראל, און שביעית
קוקט נאך וועט איר זעהן
און בנוגע די שיטה פון פריערדיגן ליובאוויטשער איבער ציונות
ער איז נישט געווען קיין ציוני (אזוי שטייט אין די הקדמה פון אם הבנים שמחה פון הרב טייכטאל עיין שם ותמצא נחת
תוקן על ידי - נתן_העזתי - 20/01/2005 23:30:51
נתן העזתי
דער סידור פון תניא געדענק איך אז מען האט איבערגעדרוקט, און דאכט זיך אז טאקע דורך ר' יודל גרובער
אבער, דער תניא געדענט איך נישט, וועלעכע יאר, האט דאס געזאלט זיין
נתן !!!wow
אפשר קענסטו אריינפאוסטן די ווערטער פון די ספר אם הבנים שמחה, און ווער איז דער טייכטאהל?
קיינער האט נישט געענטפערט צי דען דער לעצטער ליבאוויטשער האט טאקע געשריען קעגן ציוניסטן אז זיי רופן עס אן גאולה???
קיינער האט נישט געענטפערט צי דען דער לעצטער ליבאוויטשער האט טאקע געשריען קעגן די ציוניסטן אז זיי רופן עס אן ",גאולה"???
KJ מ' האט יא איבערגעדריקט דעם ש"ע, איך האב עס אינדערהיים
מיט א בלויע דעקעל
איך האב יעצט באמערקט די לעצטע פאר תגובות איך וועל פאוסטן ביז עטליכע טעג די ציטאטן וואס איך האב דערמאנט אויבן בל"נ
פון דעם מבוא צו "אם הבנים שמחה"
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארשטייט זיך אז די מבוא צום אם הבנים שמחה האט נישט געשריבן דער פארפאסער הרב טייכטאל אליין נאר די קינדער וואס האבן איבערגעארבעט דעם פאטער'ס כתבים נאך די קריג.
און פומבדיתא,
איך ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי אנטוישט, הרב טייכטאל איז א באקאנטער פיגור אלס דער איינציגער פון די אונגארישע רבנים וועלכע האבן צוליב אומפארשטענליכע סיבות חוזר געווען פון די מערכה קעגן ציונות (מאנכע זאגן אז מען האט איהם באצאלט, מאנכע זאגן אז פון צרות איז ער ל"ע גערירט געווארן, עס קען אבער זיין דער פשוט'ער תירוץ פון די גמרא, יוחנן כ"ג ששימש בהכ"ג שמונים שנה וכו') און ער האט געריבן א גאנצן ביכל וואו ער לויבט ציונות, און דווקא פרייע ציונות, נישט די מזרחיסטישע שיטה פון דתי לאומי, נאר בלויז לאומי, איך האב דעם ספר שוין יאהרן, א פלא אז סאטמאר רב האט עס נישט געזעהן און זיך נישט באצויגן צו איהם הגם דעם מחבר פון והאמת עד לעצמו (איך ווייס נישט ווער דאס איז, כ'האב געהערט אז עס איז איינער קליין) שרייבט יא קעגן איהם).
אבער מען טאר נישט פארגעסן אז אין יענע ביטערע יאהרן איז ציונות געווען די איינציגסטע גשמיות'דיגע האפנונג פאר אידן, און איינער וואס איז געווען נאר אביסעלע שוואך איז שוין מיטגעשלעפט געווארן מיט זיי, מיר דוכט זיך אז זיינע קנאות'דיגע בריוון זענען פיהל שטערקער ווי דעם ספר וואס ער האט געשריבן אין סאמע מלחמה יאהרן פארשטעקט אין א בוידעם אהן ספרים צו די האנט,
און בנוגע דעם תניא,
איך האב נישט געשריבן אז די סאטמערע האבן געדרוקט א תניא, איך ווייס נישט דערפון, איך האב נאר גערעדט פון דעם שלחן ערוך הרב, אין סוף חשן משפט איז דא א ילקוט מאמרים פון רש"ב איך קען נישט אריינסקענען דא אלעס קומטס אין 53 איז עס דא איך בין זיכער אז עס איז דא אין נאך סאטמערע שטיבלעך, צאו וראו
ווען הגאון רבי ישכר שלמה טייכטאל הי"ד האט געשריבען דעם ספר איז ער געווען אין בודאפעסט אין אויסגעגאנגען פאר הונגער.
קיינער האט נישט געהאט קיין קאף צו באצאלען אבער די צרות איז געווען שרעקליך,
אין ער האט חרטה געהאט אז ער איז נישט ארויס קיין ארץ ישראל.
ואל תדין את חבריך עד שתגיע למקומו.
דער פארפאסער פון זיינע ספרים איז זיין זון ר מנחם א לויבאוויטשער חסיד.
איך האב געשריבן אז יש אומרים אז מען האט איהם באצאהלט, ווער עס איז אביסל באקאנט מיט די תעלולים פון די ראשי הסוכנות היהודית אין די ביטערע מלחמה יארן, און נאך סאך פריער ווען ירושלים איז אויסגעגאנגען פאר הונגער און דער רשע ווייצמאן האט געטיילט שפייז פאר די וועלכע עס וועלן זיך בייגן צו איהם און אנדערע זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער (צוויי קינדער פון הגאון ר"צ פראנק ז"ל זענען נעבעך געווען קרבנות ביז ער האט זיך אונטערגעגעבן צו די רשעים, אויף איהם פאסט זיך דעם אל תדין וואס מאטי דערמאנט) - איז נישט אויסגעשלאסן אז די זעלבע רשעים האבן באצאלט פאר הגאון רי"ש ער זאן שרייבן דעם חיבור און דרוקן, פון די לעצטע חיבורים וואס זענען געדרוקט געווארן אין אייראפע! אבער איך זאג נאכאמאל, דאס איז בלויז דעת יש אומרים, קען זיין עס איז א סאטמערע מעשה, איך האב עס געהערט יאהרן צוריק
הרבנית חנה שניאורסאהן איז נפטר געווארען ו' תשרי תשכ"ה
די קשר מיט ליובאוויטש האט זיך נישט אויפגעהערט, ס'איז פשוט נישט געווען ווען צו מנחם אבל זיין
דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט ח"ו נישט משנה געווען מדרכי האדמורי"ם הקודמים
/
[בילד – נישט אפגעהיט]
\
[בילד – נישט אפגעהיט]
\
[בילד – נישט אפגעהיט]
יחי המלך!!!!
נתן_העזתי
די מוטער פון די לובאוויטשער איז נסתלק גאוורען ו'תשרי תשכ''ה ,און דאס וואס דו האט געזעט דאס איז געווען 1964 אבער נאר צו 'מנינם'
ידידי שלח לי לינק לאתר הלזה, וכדי לעשות סדר בהדברים:
א) כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בא לנחם את האדמו"ר מסטמאר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בשנת תשי"ד. והי' זה אחר פטירת בתו של האדמו"ר מסטמאר מרת חי' רוזה ע"ה שנפטרה בי"ד מרחשון תשי"ד.
ב) האדמו"ר מסטאמאר בא לנחם את כ"ק האדמו"ר מליובאוויטש ביום ב' ח' תשרי תשכ"ה אחר פטירת אמו של האדמו"ר מליובאוויטש בשבת שובה, ו' תשרי תשכ"ה.
[להלן - צילום מהספר תורת מנחם - מנחם ציון - יצא לאור בסמיכות להסתלקות אדמו"ר מליובאוויטש זי"ע].
בנוגע לכל השטויות שנכתבו לעיל ע"ד ה"ציונות" וכל המסתעף מזה, אינני רוצה להכנס לכל האריכות והשקו"ט בדבר, אבל כל אלו שכתבו שכביכול האדמו"ר מליובאוויטש הי' בעד ציונות, כתבו זאת מחוסר ידיעה והתעמקות בתורתו ובשיטתו, שעל רגל אחת היא: שהאדמו"ר זי"ע הי' אנטי שיטת הציונות הכי גדול שהי' אי-פעם, אבל מצד שני את היהודים עצמם, אלו שמכנים עצמם ציונים, עשה ככל יכלתו לקרבם לתורה ולמצוות ולהאיר עיניהם באור התורה כי טוב, שכשהולכים בדרך התורה, הנה בדרך ממילא מתבטלת כל שיטת הציונות. ויש להאריך בזה הרבה מאד ואין כאן המקום לזה.
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אינטרעסאנט נייע גרויס וועבסייט פון מוסדות אין אורגניזיישנס
וואס זאגט איר וועגן דיס סייט, עס קיקט אויס זייער אינטרעסאנט
Olam HaTorah
ברסלב - מי קען זיי בעטען צו דערמאנען אייער נאמען אויף רבנו'ס ציון אין אומן פאר פרי