היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » לייענערס רעאגירן אויף צייטונגען - ויחי

לייענערס רעאגירן אויף צייטונגען - ויחי

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1231814

פומבדיתא » 26/12/2004 04:47

דער בולעטין די וואך מעלדעט די ברעיקינג ניוס וועגן די אפהאלט אויף אנעקסעישאן אפליקעישאנס פונעם מעיאר

באראש » 26/12/2004 05:28

דא האט איר עס אריינגעסקענט פון די פראנט פעיזש
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 26/12/2004 05:50

פארזעצונג
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 26/12/2004 06:13

ס'איז א מורא'דיגע גוטע סטראטעגיע פון די ווילידזש צו בארואיגן די שכנים.

די גאנצע סיבה צו די כעס פון די שכנים איז נאר וועגן די ענעקסעשן, וואס די אלייענס איז געגאנגען איבערגעבן פאר די פרעסע.

האפנטליך וועלן די גוים איינרוען און מען וועט קענען פארהאנדלען מיט זיי מיט שיינעם, אז נישט וועט מען מוזן בלית ברירה טון וואס משה פריעדמאן און ר' לייביש ע"ה האט געטון צוזאמען מיט ר' ישעי' יאנקל שטויבער, ר' מנשה בירנבוים, ר' משה בער קויפמאן וכו' וכו'

שדים_טאנץ » 26/12/2004 06:25

איך טראכט אז אפשר דארף די ווילידזש אריינלייגן א מודעה אין די רעקארד, פונקט ווי די אלייענס האט געטאן ביי די וואסער פייפליין, און איינמעלדן די שכנים אז מיר זוכן שלום, און וועגן דעם וועט מען דערווייל אפשטעלן אלע אנעקסעישאן פראצעדורן.

תיבהאישית » 26/12/2004 06:27

פארוואס איז נישט אנגעקימען די זשארנאל די וואך? סיז געגאנגען באנקראט?

DERBARICHT » 28/12/2004 23:07

ס איז די וואך געווען באריכטעט און רעקארד אז די סיבה פארן אויפברויז גייט צוריק ביז אזוי ווייט ווי JAN29 ווען עס איז באקאנט געווארן אז וועד הקרי' האט אפגעקויפט דעם עיס פארעם
און דאן איז ארויפגעקומען אויפן אויבערפלאך דעם שווינדל פון דעם פייפליין, מיט וואס עיב ווידער אונזער מעיאר האט ארומגעדרייט די שכנים
קומט ער יעצט און פראבירט ענק קעלבלעך צו זאגן אז די סיבה איז אנעקסאציע
איי דאס איז נאר א פועל יוצא??
דאס איז גארנישט אויב מען קען אנדרייען קרית יואל 'ער ארונים, אז דער פארלאנג פון אנעקסעישאן האט געמאכט דעם פייער, איז עס א גוטער ארטיקל, ווילמטיר ווייסן שוין פון לאנג, דער אלטער פאליסי אז חיי שעה איז אויך געלעבט

בדעבד » 29/12/2004 01:03

מיינסט אוודאי צו זאגן, אז די שנאה פון די שכנים האט זיך אנגעפאנגען ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פינקוס יאקאבאוויטש איז דורכגעפאלן מיט זיין גניבה שטיקל ארויסצוכאפן עיס פארם פון ועד הקרי'?