"דער בּלאַט"; גענוג! אלעס האט א שיעור!
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1230446
א גוטן אייך חשובע מנויים פון "וואס איז נייעס אין קרית יואל".
איך קויף יעדע וואך די צוויי צייטונגען דער איד און דער בלאט, אבער נישט ווייל איך האב עפעס ספעציעל מיט סאטמאר, נאר פשוט אזויווי איך קויף דער המודיע כאטש איך האב גארנישט מיט גור. און דער מחנה כאטש איך האב גארנישט מיט בלז. איך האב פשוט ליעב צו וויסן וואס עס טוט זיך אויף די וועלט, און איבערהויפט אויפן צווייטן זייט אוישען, אמעריקא.
איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער איך מוז פארשטיין וואס דא גייט פאר.
די וועג וויאזוי דער בלאט גייט צו צו די מחלקות אין סאטמאר איז שוין כלו כל הקיצים!. ס'איז א עקל און א גרויל אז ערוואקסענע מענטשן זאלן זיין אזוי לייכטזיניק אן קיין טראפ נארמאלקייט.
די וואך בין איך אין אמעריקא אויף א שמחה קען איך שוין זעהן דער בלאט דאנערשטאג, איך האב געהאט מער צייט זיך צו קאנצעטרירן אויף דער בלאט און אויף דער איד. אלס א דרויסענדיגע מוז איך קאמענטירן. אלעס האט א גבול!!!
איך וועל זיך נישט אפשטעלן אויף יעדע קלייניגייט וואס דער בלאט שרייבט אין זייער לאנגע ארטיקל קעגן די חסידים פון זלמן ליב, אבער אויב כאפט איר נישט אליינס ווי ווייט איר זענט פארקראכן, האלט מען שוין א שטאפל ווייטער מיטן עיקבתא דמשיחא.
נאמאהל, מיר גייט גאנץ ווינציג אָן ווער עס וועט האבן די מאכט ביי ענק. אבער די וועג וויאזוי דער בלאט גייט צו איז א אומדערהערטע וועג וואס אלץ א פארפאסער פון היסטאריע ביכער קען איך זאגן אויף כמעט זיכער אז אזא צייטונג איז נאך קיינמאהל נישט געווען ביי חרדישע אידן!. איך ווייס פון פילע אלטע צייטונגען, חרדישע און אנטי-חרדישע צוגלייך. דער בלאט האט נישט זיינס גלייכן אין די גאנצע היסטאריע פון חרדישע צייטונגען! (כאטש א געוויסע חרדישע צייטונג האט אין די יארן פון תר"ס-ע-פ געטראגן די נאמען "דער בלאט").
די וועג וויאזוי דער איד גייט צו צו די מחלוקה קוק איך גענצליך נישט אן אלץ א מידה טובה אדער סבלנות, דאס איז פשוט די נארמאלע וועג וויאזוי מען איז צוגעגאנגען צו מחלוקת אלע יארן. זיי דארפן אראפגיין פון זינען צו רעאגירן צו די מחלוקת ענליך צו דער בלאט.
בעצם אויף דער בלאט האב איך פארשידענע קשיות, אבער דאס וועט איר זאגן אז איך פרעג צוליב מיין נישט מודה זיין אין די סאטמרע שיטה. (צום ביישפיל דאס וואס זיי האבן פאריקע וואך אראפגעבענגט א העתק פון די "רעליגעיז ציוניסטישע-צייטונגען" וואס זיי האבן בעל כרחך גענטפערט אמן צו די דרשה פון הרב אהרן שליט"א אין זיין ביהמ"ד קעגן תכנית הליבה. =דאס איז ממש אומפארשטענדליך!. דער המודיע האט געוואלט דא א טובה טוהן פאר סאטמאר מיט'ן שילדערן זייער געשעהנישן, און דא טייטשן זיי דאס אויס ווי עס איז א מלאך רע בעל כרחך יענה אמן. דער המודיע איז א צייטונג וואס דארף באריכטן נייעס פון אלע שבכות, און מען קען גארנישט אויסטייטשן אז זיי האלטן בשיטה מיט די נייעס. פונקט ווי מען קען נישט אויסטייטשן צו זיי האלטן פון די מלחמה אין אירק וויבאלד זיי ברענגען אראפ די נייעס===, אבער אזאלכע קשיות האב איך אויך אויף דער איד).
עכ"פ איך וואלט פארגעשלאגן פאר דער בלאט זיך אומצוקוקען אויף די קרייזן וואס דער בלאט קומט אן, בעפאר מען שרייבט א ארטיקל זאל מען גוט אריינקלערן וואס מען טוט דא, און וויאזוי דער וועלט וועט דאס אנקוקען. און אפילו אן דעם זאל מען אריינקלערן צו דאס דארף געשריבן ווערן אין א צייטונג צו ענדערש אין א קינדישע פאשקעוויל.
איך קען דאס נישט גענוג ארויסברענגען, אבער גלויבט מיר עס האט מיר אנגעכאפט א משונעדיגע עקל און אפשיי פון די ארטיקל די וואך אין דער בלאט.
אלעס האט א גבול!.
עלהניסים
לאנג נישט געהערט אזעלכע גוטע ווערטער. איך האף אז ס'וועט אנקומען צו די ריכטיגע אדרעס.
פון וועלכן ארטיקל רעדסטו? און ווער צווינגט דיך צו ליינען די ארטיקל?
איך קען זייער אסאך מענטשן איבערהויפט פרויען וואס זענען אדיקטעט צו "דער בלאט", אבער לאזן גענצליך אויס די סאטמארע פאליטיק נייעס.
דאס איז די מעלה פון א צייטונג, אנדערש ווי די ראדיא, אז קיינער האלט דיך נישט צוריק פון מישן די בלעטל ווייטער אויב ס'געפעלט דיר נישט אן ארטיקל.
איך מוז אויך צוגעבן אז "דער בלאט" גייט אסאך מאל ארויס פון די גלייזן ווען ס'קומט צו די סאטמארע פאליטיק, איך וואלט געקענט באשטיין זיי זאלן זיין מער קאנטראלירט.
אויסער דעם האלט איך איז "דער בלאט" באמת א געלונגענע ענטערטענפולער צייטונג, סיז מלא וגדוש מיט סחורה, איך רעד נישט פון די סאטמארע פאליטיק.
עלהניסים
האק נישט קיין טשייניק, די שרייבסט אז די האסט גארנישט ספיציעלס מיט סאטמאר, און אינטרעסאנט אז די האסט גאר א מיינונג, יא! יעצט ווען דער בלאט האט זיי דערלאנגט א פליק און זיי האבן געמוזט אן-נעמען א שטומעניש, האסטו גאר טענות אז גענוג איז גענוג, געב א קוק, דער איד שרייבט וואך נאך וואך, אזוי נאריש און בעביש, נידערלאגע..., הולכים לערכאות..., נידערלאגע..., הולכים לערכאות..., נידערלאגע..., הולכים לערכאות..., און אלעס איז פיין און וואויל, דאס איז שרייבעריש, און ווען דער בלאט שרייבט און צייגט איבער זייערע ליגיונות מיט קלארע איבערווייזונגען און פאקטן דאן איז דאס נישט שיין און נישט שרייבעריש,
איך האב פאר דיר נייעס, דער בלאט איז HERE TO STAY, יא איך ווייס אז דער בלאט איז ביי ענק ווי א דארן אין אויג, דאס איז דער יסוד פון ענקער דורעכפאל, און דרובער זענט איהר גרייט געווען מבזה צו זיין דעם רבן של ישראל מיט ארויס געבן אזא לעכערליכער איסור א קעגן דעם בלאט ווייל עטץ האטץ געוויסט אז דאס וועט ענק לייגן אינדערערד, עטץ וועטס נישט קענען פארקויפן לאקשן פארן ציבור ווייל עס איז גלייך דא א רעאקציע מיט איבעצייגטע פראף, און דאס דערביטערט ענק נעבעך דאס לעבן,
I FEEL YOUR PAIN.
על הניסים שרייבט:
נאמאהל, מיר גייט גאנץ ווינציג אָן ווער עס וועט האבן די מאכט ביי ענק. אבער די וועג וויאזוי דער בלאט גייט צו איז א אומדערהערטע וועג וואס אלץ א פארפאסער פון היסטאריע ביכער קען איך זאגן אויף כמעט זיכער אז אזא צייטונג איז נאך קיינמאהל נישט געווען ביי חרדישע אידן!.
נאכאמאל, אלץ א "פארפאסער" פן היסטאריע ביכער, קען איך זאגן אז אזא צייטונג איז נישט געווען
אבער, אנשטאט שרייבן אלץ א "ליינער" פון היסטאריע ביכער, שרייבסטו אלץ א "פארפאסער" איז איינס פון צוויי
אדער איז ביי דיר פארפאסן און ליינען די זעלבע זאכן
אדער פארבערעצירסטו טאקע היסטאריע לויט דיין געשמאק
איז סיי אויף וואס די שרייבטס בנוגע אז עס איז נאכנישט געווען אזא צייטונג, און בנוגע, דיין נייטראלקייט, וכולי, איין זאך קען איך דיר זאגן
היסטאריע מאכט אליין אפ וואס היסטאריע איז און וועט זיין
איז נישט מער ווי פאסיג צו ענדיגן, "ימים ידברו".............................................................
איך האב מיך נאך קיינמאהל נישט אריינגעמישט אין סאטמארע פאליטיק, פשוט ווייל איך האב נישט קיין אהנונג וואס דארט קומט פאר, און איך בין קיינמאהל נאכנישט געשטאנען כמעט אין ווארט מיט א סאטמארע. די איינציגסטע זאך וואס איך וועל קענען ענטפערן ביים בי"ד של מעלה אויף די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט: "ביסט געווען א סאטמארער?" - וועט זיין אז איך האב געליינט דער איד און דער בלאט.
אבער יעצט ברענגט איר מיר אביסל נענטער צו די זאך, עס קוקט מיר אויס אז איך פארשטיי שוין אביסל אויף וואס אייער שיטה איז געבויעט. על כל פנים "דער בלאט"'ס חסידים.
זאג נאר, ווער איז דער רבן של ישראל פון וועמען די רעדסט?, איך ווייס אז אין ארץ ישראל האט מען אין די צייטן פון הרה"ק רבי יואל זצ"ל איהם נאכגעפאלגט וואס ער זאגט און וואס ער טוט ביי יעדע געלעגנהייט, איר האט איהם טאקע ווירקליך געקענט רופן רבן של ישראל און נישט בלויז רשכבה"ג.
אבער אויף כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האב איך נאכנישט געהערט קיין פיפס ביי קיין שום געלעגנהייט. כאטש דער בלאט פרובירט איבערצייגן ביי יעדע טריט און שריט אז די ארץישראל'דיגע ערד טרייסלט זיך ת' מאות פרסה על ת' מאות פרסה ביי יעדע הפגנה אדער צוזאמענקום ביי אייך. איך וועל אייך נישט פראבירן איבערצייגן קיין פאקטן, ווייל איך וועל גלייך צוריקגעשאסן ווערן פאר די חוצפה.
איך שרייב נאכאמהל אז פון מיר אויס זאל רבי אהרן געווינען, זאל עטץ שפרינגען ביז'ן דאך.
אבער איך האב אייך עפעס פארגעלייגט ענטפערט איר מיר צוריק מיט די זעלבע לשונות וואס שטייט אין דער בלאט. איך זאג אייך נאכאמהל, און נאכמאהל, די וועג וויאזוי דער בלאט פירט זיך אויף איז נישט אנדערש וואס איר וועט הערן ווען 2 קליינע קינדער הר'גנן זיך און יעדער פרובירט צו ניצען די ערגסטע לשונות.
ביי גאנץ קליינע וועט עס ברענגען צו: משוגענער! צודרייטער! און דאן א אוצר פון אויסגעטראכטע ווערטער.
ביי גרעסערע וועט עס שוין גיין צו: מנובל! אקס! בהמה!, וכו' וכו'.
שוין האט דער בלאט צוזאמענגענומען אלע שיינע לשונות פון די אידישע שפראך, און האלטן דאס אין א זייט ביי זיי אין משרד אין א זעקל. און ווען עס קומט א געלעגנהייט וואס מען דארף דאס, כאפן זיי אן די גאנצע זעקל און... מען גיסט.....
ווייל די לשונות הערט מען נישט ביי קליינע קינדער איז נישט קיין ראי' אז עס איז מער "שכל'דיג" זיך געשלאגן. די חילוק צווישן קליינע קינדער און ערוואקסענע איז נישט די לשונות. די זעלבע זאך ווי דער חילוק צווישן א מענטש און א בהמה איז נישט די עסן אדער די פיס. די חילוק איז בלויז די שכל.
דא באגעגענען איך זיך מיט א פילע פרישע מיאוסע לשונות וואס איך האב נאך קיינמאהל נישט געזעהן (אסאך מאהל דוכט זיך מיר, אז זיי שרייבן בלויז אריין"אציע", און דאן קלערן זיי וואס צוצולייגן פון אנהויב ווארט).
הזאת נעמי?, וועמען הרג'ט עטץ דא?, אפשר זלמן לייב'ס מענטשן? אדער אפשר גאר אלע חסידישע קרייזן?. וועמען?. די קושיא איז עד לב השמים! וועמען לייגט איר דא אוועק?.
ס'איז באמת א חרפה און א בושה!. איך וועל ממילא נישט ווערן קיין סאטמארע, אבער איך מוז דאס אויפמערקן. איך רעד נישט פון די מחלוקה, אבער די וועג וואס דער בלאט ניצט האט נישט זיינס גלייכן ביי קיין איין מחלוקה וואס חרדישע אידן האבן געהאט, האבן, און גייען האבן.
תוקן על ידי - עלהניסים - 24/12/2004 20:33:08
א דאקטער וואלט אייך דייעגנאזירט
מיט סקיטצאפרעניע
ר׳ איד איר לעבט אין דמיונות
ס׳איז נישטא קיין בער אין אייער דיינינג רום
איר זענט נישט אינטערן וואסער
איר פארפאסט נישט היסטאריע ביכער אויך נישט
פליז נעמטס א טעפל קאלט וואסער און גייטס צום טוילעט סינק ביים שפיגעל
גיסט עס אריבער אויפן קאפ און דערנאך קוקטס אריין אין שפיגעל
איר וועט זיך דאן ריכטיג דערזעהן אי''ה
טעיק איט איזי
לעב נישט אזוי פארווייטאגט און באזארגט
אלעס איז פיין ב''ה
אויב נישט
איז גם זו לטובה
קויף דעם נייעם יוסעלע פליט אנטשולדיג יוסעלע מופט קאסעטע
דארטן זינגען זיי זעהר שיין א ניגון ''גם זו לטובה''.....
אנטשולדיגט, האט איינער צו ענטערן אויף מיינע קשיות?. קיין צופרידנגעשטעלטע ענטפער האב איך נישט באקומען.
להוי ידוע אז די אויבנדערמאנטע שורות האב איך געשריבן אין די געגנווארט פון מיין חשובע בעל אכסניא מיין ברודער שליט"א, מיט נאך צוויי שוואגער'ס, וואס אלע האבן מודה געווען צו מיר נאכן ליינען דער בלאט.
עס קוקט אויס ווי א צווולדעוועטער לייב איז ארויסגעלאזט געווארן און מאכט קולות וברקים.
איך בעט זייער פון די "זלמן לייב'ניקעס" זאלן מיר ביטע צוליב טוהן און מיר ענטפערן אויף די קומעדיגע פראגע: (פון קיין אהרןניק זעה איך קען מען זיך געזעגענען צו הערן א גלייך ווארט).
די אהרנ'קעס האלטן טאקע בשיטה אז דער בלאט גייט אויפן נארמאלן וועג?. זיי מיינען אז די גאנצע וועלט שטייט און ליינט מיט אינטערעסע די טויטע קללות וואס דער בלאט שיסט?, די קללות טוישט די דעה פון זלמןליב'ניקעס צו ווערן א אהרנ'יק?, אדער פארקערט, אהרן'ניקעס ווערן זלמןליבניקעס?.
איך מיין זייער ערנטס די קשיא, אן קיין כוונה צו מצער זיין קיינעם, איך וויל וויסן אין פאקט צו ביי אייך איז נאך דא מענטשן מיט א געהעריגע מהלך המחשבה.
ביטע ענטפערט מיר.
(נאכמאהל נישט קיין אהר'ניק)..
עלהניסים. אנטשולדיג אונז אלע.
איך ווייס נישט אויב דו ביסט א סאטמארער אדער נישט, אבער די אלע וואס האבן דיר געענטפערט ביז יעצט זענען איבערצייגט אז דו ביסט יא א סאטמארער און וועגן דעם האבן זיי אזוי גערעדט צו דיר.
ס'איז מעגלעך אז א מאל וועט זיין שלום אין סאטמאר (עכ"פ ס'זאל זיין צוויי מחנות וואס קריגן זיך נישט), אדער ס'שוין אוממעגלעך אינגאנצן און די געפערלעכע מערדערישע פיינטשאפט וועט נאר פארגרעסערן און פארשטארקן??????.
פון אזעלכע ארטיקלאך זעט זיך אויס אז ס'גייט נאר ווערן שלעכטער און שרעקלעכער, און רח"ל די מחלוקת קען זיך נאר אראפקייקלען און אונטערגייען צו די ערגסטע זאכן ה"י.
ס'טוט וויי אויף די הארץ צו זען וואס ס'טוט זיך מיט סאטמאר, ווי די שענסטע מלוכה גייט ממש צום טויט.
אך א שאד....
- א בעלזער חסיד
תוקן על ידי - מנחםמנחם - 26/12/2004 8:59:37
עלהניסים
ביטע: עס קען זיין די ביסט נישט קיין סאטמערער אבער מען קען זיין א זאלי ביסטו, די בלאט ניצט קיינמאל נישט ערגערע לשונות פין משה פריעדמאנס איד . די קללות איז בכלל נישט וויאזוי די שרייבסט, אין בכלל אין דיין המודיע פאר 6 יאר צוריק ווען וויזניץ איז געגאנגען מיט ש"ס אין ירושלים דערמאן דיך די נארישע לשונות וואס זיי האבן געניצט!
מסתמא זענען זיי פון די פרישע מעמבערס וואס דזשענא קאהאן האט צוזאמגעקראצט פאר זיינע פסול׳ע וואלן פאר עטליכע יאר צוריק....
על הניסים, ווילסט וויסן פארוואס מען לאכט זיך אויס פון דיינע פארווייטאגטיגע סטעיטמענטס, איז פשוט ווייל די האסט פאברעצירט א סטעיטמענט אז דער בלאט שרייבט מיאוסע ווערטער און שעלט קללות נמרצות, וואס יעדער וואס ליינט ביידע צייטונגען ווייסט אז דער בלאט שרייבט פיל איידעלער פונעם "דער איד", די בויסט דיין בנין אויף א פעלערהאפטיגן פונדאמענט.
על כן פליעז קום מיט EXACAT QUOTES און א פונקטליכע מראה מקומות און לאמיר זען וואס עס הייסט ביי דיר געשאלטן, AND WE WILL TAKE IT FROM THERE.
על הניסים
פון דיין קוואליטעט שרייבעריי, איז אינגאנצן נישט מערקבאר, אז מען האנדעלט דא, מיט עפעס א העכערע סארט שרייבער, אזאנס מיט וואס גרעניצט זיך מיט א הויכן קאליבער שרייבווערק
איז ממילא, סטאפ די געים, נייס טריי, פארן שפילן נייטראל
למעשה, לאז מיר דאס דערקלערן -פעסטשטעלן - עטליכע פאקטן
1- בדרך הטבע, גייט די בלאט, שטיין, וואקסן, און זיך פארברייטערן אין די קומענדיגע יארן, בעז"ה
2- ווען דיינע באשולדיגונגען אז די בלאט איז זייער נידעריג, זאלן טאקע וואר זיין, איז דאס נאר א סיבה, אז דער בלאט זאל זיין מער פאפולער, ווייל דער קלארער אומלייקנבארער פאקט איז, אז שמוץ פארקויפט זיך, פירפאכיג און צענפאכיג מער ווי אמת, און איידלקייט
3- פון דיינע ערקלערונגען, זעהט מען קלאר אז נישט נאר, אז די ביזט נישט קיין פארפאסער פון היסטאריע, נאר דיין וויסנשאפט אין היסטאריע איז באגרעניצטער פון באגרעניצט
ע"כ זאלי, טוה אויס דעם מאסק, און האב הצלחה..............
KJAlliance: האסט מיר אלעס געגעבן צו פארשטיין. תודה רבה!.
אז איך זעה די ענטפערסט אזוי צום ענין, וויל איך פרעגן נאך איין קשיא:
וויפיל רמזים דארף קומען צו אייך פון הימל אז עס איז שוין צייט אויפצוהערן?.
ביטע ענטפער מיר אויפןזעלבן אופן ווי די האסט מיר גענטפערט אויפן פריערדיגע קשיא, אזוי פארשטיי איך בעסער.
די קענסט די גמרא מיט ר' אליעזר און די חכמים??????????
און אגב, רמזים אויף וואס???????????????
ביי מיר א רמז פון הימל מיינט אז "איך" דארף תשובה טאן, נישט אז "איך" דארף זאגן פאר "יענעם" אז "ער" דארף תשובה טאן
בסדר, האסט מיר זייער גוט געענטפערט אויך אויף מיין צווייטע קשיא.
איך האב שויו אלעס פונקטליך ארויס.
(ווער עס פארשטייט נישט די אומגלויבליכע אויפשוידערליכע מסקנות וואס איך האב דא ארויסגעדרינגען קען זיך מעלדן צו מיר אין אישית, איך וועל איהם דאס עקלערן בטוב טעם ודעת).
יעצט וויל איך דיר פרעגן נאך איין קשיא, און דאן וועל איך שוין אלעס פארשטיין:
די דעה וואס די האסט, האבן אלע אהרנ'יקעס?.
ביטע ענטפער מיר אויפן זעלבן אופן ווי די פריערדיגע תשובות.
די הייליגע דברי חז"ל -אין וואס "אלע" אהרונים גלייבן- שרייבן אז "כשם שאין פרצופיהם שוות וכולי
................
איך האב דיר געבעטען צו ענטפערן אזויווי פריער, פון דיינע ווערטער יעצט קען איך גארנישט ארויסלערנען, ביטע ענטפערן אויפן זעלבן אופן ווי פריער.
זיי נישט ברוגז, די ביסט די איינציגסטע וואס האט מיר דא גענטפערט ממש אויף דעם וואס איך האב געפרעגט, פון דיינע ווערטער בין איך געוואויר געווארן גאר גאר אסאך אינפארמיישן וואס איך האב זיך נישט געחלומט אז איך גיי דא געוואויר ווערן. ממילא ביטע האלט ווייטער אן, און ענטפער מיר אויף די זעלבע ווע גווי פריער:
די רעדסט בשם אלע אהרונים?
הגיע לי כ15-20 פניות בתיבה אישית.
אויב וועל איך האבן צייט וועל איך דא מעתיק זיין אפאר פניות. וואס ברענגען ריכטיג ארויס די ענין.
על הניסים שרייבט:
זיי נישט ברוגז, די ביסט די איינציגסטע
ע"כ פון על הניסים
א היסטאריקער, דארף שרייבן מער לויט די גראמאטישע כללים
על הניסים פרעגט:
די רעדסט בשם אלע אהרונים?
ע"כ פון על הניסים
צו פרעגן אזא קשיא דארף מען זיין זייער נא'איוו, אויסער נאך עטליכע זאכן
און עס איז נישט פאר מיין זעלבסט ווירדע, צו ענטפערן אויף אזא סארט פראגע