ביי אונז היימישע ערליכע אידן, די ברכים אשר לא כרעו לבעל, ווייסט מען דאך אז אלעס וואס מ'ליינט אין 'אונזערע' היימישע ערליכע צייטונגען איז תורת לאקשאן. און די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום דעם. דארט הייבט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס. (ווי געוויסע מענטשן מיינען אז נאך פלאשינג עוו. פאלט מען אראפ).
עס איז אן אנגענומענער פאקט ביי אסאך היימישע אידן, אז נאר די ארץ ישראל'דיגע פאליציי זענען אזעלכע אכזרים, און שלאגן מענטשן - פרידליכע מוחים - אויף די גאס, מיט אזעלכע בארבארישע קלעפ, און ברוטאלע מכות רצח. ווי עס איז קלאר מבואר אין די בילדער פון דער איד/בלאט.
איך האב א בילד ביי מיר אין שטוב, ווי דא אין אמעריקא, ביי א געוויסן פראטעסט, שטייען די 'אמעריקאנע' ראיאט פאליציי, און פארטרייבן מענטשן. דו דארפסט זעהן די אכזריות דארט. איך מיין אז די ארץ ישראל'דיגע פאליציי קענען זיך פארשטעקן פאר די אמעריקאנע 'פיינע' דעמאקראטישע פאליציי. (ווען כ'וועל האבן א געלעגנהייט, וועל איך עס אפשר אריין סקענען).
נאר וואסזשע דען, דא פארשטייט יעדער, אז אויב א פראטעסט גייט ארויס פון די גלייזן, און מ'פירט זיך אויף ווי חיות [אנטשולדיגט, ווי א פרידליכער מוחה] מעג די פאליציי אפשטעלן די צעווילדעוועטע משוגעים. נאר אין ארץ ישראל טאר מען נישט.
דא וועל איך ברענגען א ווידיאו קליפ, פון אן אנדערן מקום. קוקטס ענק גוט צו וויאזוי די פאליציי פירט זיך אויף, טאקע צו פרידליכע מענטשן, וואס ווילן פארשטעלן א רעליגיעזע פארשטעלונג.
http://www.cbsnews.com/htdocs/videoplayer/newVid/small_player/cbsnews_videoplayer.shtml?clip=/media/2004/12/23/video662774.wmv&sec=202&vidId=202&title=Christmas$@$Clash$@$In$@$Peru&hitboxMLC=world
אגב. אויף זייער אסאך בילדער פון ארץ ישראל, קען מען זעהן ווי דער ארעסטאנט ווארפט זיך דירעקט פאר'ן בילד, עס זאל אויסקוקן מער דראמאטיש. און די איזראעלי שנארערס זאלן קענען אריין רוקן נאך א דאלער פון די אמעריקאנע טיפשים.