היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » what happend in yeled

what happend in yeled

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1227549

HATZLACHA » 22/12/2004 05:20

i see fire trucks there

פייפ_ליין » 22/12/2004 05:55

א אלטע פאמף פון ילד (היינטיגע בני יואל סקול) האט געקראכט.
קיינער איז ב"ה נישט געשעדיקט, מהאט גערופן די מאמבאשא פייער לעשער אויסצוליידיגן

תיבהאישית » 22/12/2004 05:55

acres rd is closed between krolla and satmar dr. there is there metzeli aish , mabasha, and woodbury fire dept. state police and public safety.
does any one know whats going on?

שדים_טאנץ » 22/12/2004 06:05

דו קענסט נאר ענגליש? מען האט דאך שוין געשריבן אז א אלטע געז ליין האט געקראכט.

שדים_טאנץ » 22/12/2004 06:07

סארי, יעצט זע איך אז מען האט עס נאכנישט געשריבן. אקעי סאו איך שרייב עס: אן אלטע געז ליין האט געפלאצט און זיי האבן עוואקועירט די גאנצע געגנט ווייל זיי האבן געציטערט פאר א פייער.

דריי פייער סטאנציעס שטייען גרייט על על צרה שלא תבא.

פייפ_ליין » 22/12/2004 06:07

מען האט קודם גערופן O&R זיי זאלן עס פארשטאפן, און זיי האבן געזאגט אז מען מיז עס אויסליידיגן
האבן זיי גערופן די לאקעל מצילי אש, אבער מצילי אש האט געזאגט אז די לאט איז אונטער מאנרא וואדבערי און נישט אונטער קרית יואל, און לויטן אפמאך ווען עס איז נישט קיין עמערזשענסי מעגן זיי נישט גיין.
נאך 40 מינוט איז אנגעקומען די מאבאשא לשמחת כל העיר

שדים_טאנץ » 22/12/2004 06:08

וואס מיינט דאס אויסליידיגן? אויסליידיגן פון געז? וויאזוי טוט מען עס?

תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 22/12/2004 6:09:41

פייפ_ליין » 22/12/2004 06:19

עס איז דא 2 אופנים
1) עס קומט א טראק מיט א ספעציעלע פאמפ מיט וואס מען קען ארויסנעמען געז

2)מען נעמט אוועק די גאנצע טאנק (עס איז שוין סייווי נישט געווען און באנוץ)

שדים_טאנץ » 22/12/2004 06:24

לויט ווי איך האב פארשטאנען האט זיך עס גערעדט פון א גאז פייפ.

וואו קומט דא אריין א טאנק? וואו קומט א טאנק לעבן א סקול?

ארענדזש ענד ראקלענד האט צו טאן מיט געז ליינס נישט מיט פריוואטע טענקס.

תיבהאישית » 22/12/2004 06:41

two orange county haz-met rescue team trucks arived now

פייפ_ליין » 22/12/2004 06:42

לויט ווי איך האב געהערט פון ארטיגע מצילי אש רעדט זיך עס פון אן אלטען טאנק וואס מ'האט געבויט לצורך'ן ילד און די טאנק האט א פייפ אריין צום בילדינג און יענס ליעקט

O&R האט די נויטיגע עקספיריענס און מכשירים צו פארשטאפן געז ל1יעקס

שמעק_טאביק » 22/12/2004 06:43

Test

פייפ_ליין » 22/12/2004 06:47

מען האט עוואקואירט 2 ארומיגע משפחות אויך א שמחת שבע ברכות פון ר' יחיאל פריעד וואס האט געהאלטן אינמיטן

פומבדיתא » 22/12/2004 07:27

פון אינצווישן די 2 בנינים שפריצט ארויס געז. מען ווייסט נאכנישט צו עס איז פון א טענק אדער סתם א געז ליין
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 22/12/2004 07:29

די מצילי אש אויפן פלאץ
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 22/12/2004 07:55

ס'איז אן אלטע פראפעין געז טאנק נאך פון ילד שעשועימ'ס צייטן, וואס ליקט ארויס. די אמאליגע בילדינגס פלעגן האבן אזעלכע טענקס. א קאר איז ארויפגעפארן אויף א פייפ וואס פירט אריין די פראפעין געז אין די בילדינג און ס'האט עקספלאדעט.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 22/12/2004 7:57:41

קריתיואלער » 22/12/2004 07:58

די מצב ווערט מער און מער אנגעצויגן.

יעצט איינס אזייגער ביינאכט האבן זיי אפגעשפארט גאנץ עיקרס ראוד און סאטמאר דרייוו און מען קען נישט פארן אין ערגעץ. זיי האבן אריינגערופן פרישע פייערלעשער סטעישנס פון ווייט אוועק.

אויך פאליס איז געקומען פון מאנרא און פון אנדערע שטעט צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא אין פאל מען וועט דארפן עוואקירן די ארומיגע גאסן.

קריתיואלער » 22/12/2004 08:02

פריער איז געווען א בלעקאוט אין האלב שטעטל צוליב די עקספלאזשען

אויב געשענט א פייער וועט זיין א מעכטיגע עקספלאזשען רח"ל.

די פייערלעשערס וואגן זיך נישט ארויפגיין צום בארג ביז צו די געז פייפ צוליב די שטארקע סכנה. זיי שטייען פון אונטן.

זיי ווארטן ביז די געז פון טאנק גייט אינגאנצן ארויס דאס קען דויערן ביז שפעט פארטאגס.

refwmore » 24/12/2004 03:08

וואס האט זיך סוף כל סוף אויסגעלאזט?

קריתיואלער » 24/12/2004 03:37

5:45 ווען איך בין אויפגעשטאנען זענען נאך די גאסן געווען געבלאקט און די פייערלעשערס זענען נאך דארט געשטאנען.

ערשט 6:30 זענען זיי אוועקגעפארן.

באראש » 26/12/2004 02:09

שפעט פארטאגס איז אנגעקומען O&R און זיי האבן אנגעצינדן א פייער אויף די פלאץ ווי די געז איז ארויסגערינען און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט.