קודם כל א מזל טוב פון טיפן הארצן עס איז שוין טאקע צו שפעט אבער "ואי אני רשאי להפטר ממנו"
עס וואלט טאקע געווען א גיטע איידיע צו קויפן פאר אונזער חשובער מנהל א פאלם מיט אלע פיטשעווקעס
יעצט צום ענין, לויט מיין בליק, די בעסטע וואס איז היינט דא אויפן מארקעט (פון palm os) איז די treo650 עס איז א סעלפאן/ פאלם (די לעצטע עדישאן)/ פיקטשער און ווידעאו כאפער /איז פארשטייט זיך די שנעלסטע און בעסטע און ווייערלעס אינטערנעט/ עס קען האבן אידיש (און ארץ ישראל קומען זיי built in היברו)/קען האבן gps / ארבעט זייער שנעל/ און עס איז זייער דין און גרינג/האט built in ריעל פלעיער פאר מיוזיק/און נאך אסאך אסאך מעלות עס לוינט צו קוקן זייער וועבסייט
http://www.palmone.com/us/products/smartphones/treo650/details.eplאבער און מעמארי איז ער א שוואכע זאך אבער מען קען צו קויפן מעמארי קארטלעך
די איינציגסטע חסרון איז נאר, אז עס איז א סעלפאן און ווען מ'רעדט דערויף האט מען נישט קיין פאלם, אפגערעדט פון gps און ווייערלעס אינטערנעט ווייל עס איז אוממעגליך צו ארבעטן אויף צוויי פראנטן
די נעקסטע איז די נייע טאנגסטען T5, עס איז נישט קיין סעלפאן עס איז גאר גרויס און מעמארי האט די נייע os 5.4 ,האט אלע מעלות פון אויבן, זייער א גרויסע און שיינע סקרין, אויב דיין נייע פאן האט די בלוטוט טעכנאלאגיע איז עס אויך זייער גיט און אינטערנעט און עס האקט זיך נישט אפ ווען די רעדסט אויפן פאן, אבער איז נישט קיין קעמרע.
עס איז דא נאך ווי למשל די sony clie's און פון ווינדאוס די pocket pc עס האט טאקע מעלות וואס אנדערע האבן נישט, אבער די חסרונות זענען מער, און טייל פארשידענע וויכטיגע פראגרעמ'ס איז בכלל נישט סופארטעט מיט זיי.
אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם
דעס איז נאר אויבערפלעכליך אויב די דארפסט נאך אינפארמעישאן פרעג i'll be happy to asist you