פאול: טענה'ען, וואס איז ענדערשטער?
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1225313
איך האב א אונטערסאנטע פראגע, איך וואלט געוואלט דורכפירן א "פאול" ביי אלע שרייבער'ס.
וואס איז ענדערשטער?
זיך צו טענה'ען מיט אן אהרוני, אדער לערנען מיט א גוי ברטנורה?
מיין ענטפער איז
"ענדערשטער" לערן דיר אויס אידיש
און קיינער וועט נישט וויינען אז די וועסט פארלאזן היידפארק
נאר, מיר קענען דיין כח המעצר............
בפרט ביי.................................
איך וואלט געלערנט מיט דיר אביסעל ברטנורא, די ווייסט וואס דאס איז בכלל?
חחא חא חא
יוסעלע אז די מוזט מאכען אזא שטודיע
מוזט עטץ טאקע זיין בא׳קטנ׳ט
נאך ענקער געווינס
ביסט מיט די צונג אינדרויסן
ווי א פארלוירענער געווינער
הע הע הע
האסט שוין באשטעלט פון פרינטער דעם העברעאיש איבערגעזעצטן אפיעלס ענקערע???
חחח
ניינציג לאמיר מאכן נאך א פאול
וואזוי שרייבט א "איד"
ברטנורה
אדער
ברטנורא
????????????????????????????
יוסעל
מיין ענטפער איז סימפל
(סימפל מיינט פשוט)..
דער וואס טענה׳ט מיטן אהרוני
דער מוז האבן געלערענט ברטנורה מיטן גוי
ווייל מען דארף גוט לעבן מיטן גוי׳אישן סאקא שכן ממילא מוז מען לערנען מיט זיי ברטנורה וכו׳...
ווי אויך למשל דער גוי דארף אן עירוב אויף ראדני...
תוקן על ידי - majyar718 - 20/12/2004 2:08:22
יוסל
איך זע די האסט איבריג צייט זיי מיר מסביר מיט דיין גיטע אידיש וויאזוי די זאלונים שטייען יעצט אין קארט
לכתחלה האבן זיי געווינענן באראש
נאכדעם האבן זיי אפילעט די געווינס
האבן זיי קודם יא געווינענן אדער נישט ?
אין וואס איז יעצט דער מצב
געווינענן
פארלוירן
גייען געווינענן
גייען פארלירן
איינער האט געפרעגט נעכטן וואס מיינט אומדירעקט?
איך וועל זאגן אזוי!
קהל יטב לב זענען אומדירעקטע געווינער'ס, אין די אהרונים זענען דירעקטע דערלייגער'ס
והא ראי' אז די וואך זענען די אלע וואס האבן באקומען בריוון "נישט" אריינגעקומען אין בית המדרש
אט דאס הייסט "דירעקט" געווינען
והא ראיה אז די אהרונים האבן אריינגעגעבן א נאטיץ אז זיי גייען אפילען זייער געווינס ביי ריכטער באראש.
טענו לו בחיטין והודו לו בזכר קדשו.
און די זאליס האבן "נישט" אריינגעגעבן אזא נאטיץ
מודה מודה מודה
........................................
רבותי ! איך דארף שוין נישט קיין ענטפער'ס, פון די ענטפער'ס פון די אהרויני'שע שרייבער'ס איז מיר קלאר געווארן עס איז פול גרינגער צו לערנען מיט א גוי ברטנורה, ווי זיך טענה'ען מיט אן אהרוני!
דער אשכול איז פארמאכט, אלעס איז קלאר געווארן.
דאס מיינט, אז ווען די ווערסט מיעד, טאר מען מער נישט ענטפערן
אדער מיינט דאס פשוט, אז ס'איז דיר נישט געלונגען דאס מאל
.???????????????
די לאפעצעס האבען זיך שוין ווידער צולאזט אויף אן געמיינעם פארנעם. די פארגאנענע פאר טעג איז געווען שרעקליך אויפען פורום מיט דער ווילדער אונגערישער עלימענט פון וויליאמסבורג און מאנרוי.
דער הויפט געפעכט זייערע איז דאס ווער עס קען שרייבן מער ליגענט צו דער אלטער איד אדער דער נייער בלאט און צו וועלכע יונגערמאן האט מען באקלאפט די ביינער.
איז דאס אלעס וואס זייער חינוך האט צו פארקויפן? איז דאס אלעס וואס וואס זייערע רביים האבען אויסגעלערנט ?.
ראצער
מיר גייען אויס, צו באקומען ווען דיין חינוך
קרן התורה
שרייבסט טענו לו וכו"
אפשר ענפערטסטי "ווי די בלאט האט געשריבן ליגענט????""
קהל יטב לב האט אריינגעגעבן א נאטיץ אז אויב די אהרונים וועלן אפיעלן באראש'ס אורטייל, אין אויב די אפעלאט ריכטער וועלן אפווארפן באראש'ס אורטייל (וואס עס קוקט נישט אויס) זאל נישט אוועק פאלן זייער "מאושן" (דעקלאראטארי דזשאדזשמענט) וואס זיי האבן אריינגעבן בשעתו פאר ריכטער באראש, אז מ'זאל אויסרופן אז זייערע וואלן איז יושר'דיג (וואס באראש האט נישט געוואלט טאן ווייל עס האט צו טאן מיט רעליגיע פראגן, אין ממילא האט ער נישט געוואלן ראלן, אין האט געלאזט דער סטאטוס-קווא פון די קהלה אזוי ווי פאר יוסי בראך האט אריינגעטראגן זיין קלאגע אין קאורט, אין מיט אזא אורטייל איז קלאר העכסט צופרידן).
ואידך זיל גמור.
יוסל
אויב אויב אויב
און ביזדערווייל איז
דירעקט דירעקט דירעקט די זאליס בעה"ב אז זיי קענען טוען אין שוהל וואס זיין ווילן
???????????????????????????????????????
נישטא ווער זאל לאכן
אגב, ווען גייט זיין וואלן??????????????????????????????
א גנב ביז ווילאנג מ'קלאגט עם נישט אין קאורט גנב'עט אויך, עס איז אבער נישט טייטשט אז ער פארלעצט נישט דאס געזעץ.
נו, ווילאנג גייט נעמען צו קלאגן דעם "גנב"
איז 5 יאר נישט גענוג????????????????
רבותי! דא לאכט מען........................
קודם האט מען מברר געווען ווער איז דער בעה"ב, איצו ווייסט מען שוין ווער איז דער גנב.
דאס קלאגן דעם גנב, וועט געטאן ווערן ווען אונזער לויער'ס וועלן האלטן פאר די פאסיגע צייט, אין נישט וועלן יצחק ראזענבערג אדער דער לויער פון די משיחי'סטן דזשעפרי באז האבן אן אינטרעסע.
איך מיין לערנען מיט א גר ברטנורא
(מיר ווארטן נאך אויף די מעשה פון די גר פערציג יאר צוריק)
און ווען גייט מען ארעסטירן די אלע וואס זענען "יא" אריינגעקומען אין שוהל
מ'וועט דיך איינמעלדן פונקטליך, זיי רואיג.
איך ווארט קודם צו זעהן ש. ווידער מיט י. בראך מיט ל. טייטלבוים אין ביהמ"ד דערנאך וועל איך רעדן מיט דיר.
אז דו ווילסט וועל איך דיר שיקן בילדער
ווי אלע דריי דאווענען אין ראדני
נישט יעדן טאג אבער כמעט יעדן טאג
וואס איז, אין ירושלים דארף עס הייסן אז זיי קענען נישט אריינקומען???????????????????????????.
לייג אריין פיקטשער'ס דא אויף "הייד פארק" ווי זיי דאווענען שבת אין ביהמ"ד.
נישט אינמיטן וואך ווי א גנב בהצנע לכת
משכיל ווידער דאוונט נישט אין נייטרא אויך נישט. זייט ער איז באקאנט געווארן מיט זיין פארדארבענע השכלה טרעט ער כמעט נישט אריין דארט. ער שעמט זיך צו ווייזן דעם פנים.
זעט איר נישט וואס איז גרינגער א גוי ברטנורה אדער טענה'ען מיט אהרוני
אלייענס
מ'ווארט אויף דיין ענטפער
בראך מיט ט"ב דאווענען זונט שמיני עצרת שבת אין ראדני צו נישט?
נו, ענטפער יא אדער ניין
ל. ט"ב דאווענט אין ראדני שבת און אויך אינדערוואכן
זאג אונז ווען די קומסט צופארן פון ארה"ק
און מיר וועלן אריינזשירן, אז די זאלסט קענען זעהן ווי ל, ט"ב דאווענט שבת אין ראדני
אדרבה, נעם אן מיין אנבאט, מעלדט ווען די קומסט
וועלן מיר זיך איבערצייגן
נא(ע)למתי דומיה?
איין ליגענט
אין וואס איז מיטן מגולח בראך
נו, יוסף ווען קומסטו
אין דומה שמועה לראי'
ווען קומסטו
.??????????????????????????
און פיר אויס: חורינער איז יעצט אין בית המדרש ביים עמוד. ש. ד. מארקאוויטש איז געשטאנן שבת אויפ'ן באלעמער און בערעלע פריעדמאן האט געהאלטן א דרשה ביים ארון הקודש נעכטן, ביים גענעראל פארזאמלונג פון די פורים קהילה
מיין וואוינונג איז בכלל נישט קיין נושא איצא אטין איז בכלל נישט וויכטיג דא צום דעבעיט
עס נאר ארויפגעברענגט געווארן צו פארדרייען דאס שמועס
ווי דאווענט ט"ב (אויב ער דאווענט בכלל) אין ווי דאווענט בראך?
אין חורינער איז רב הצעיר
אין דער עיקר האסטו פארגעסן די אהרונים האבן געווינען
אין ר' זלמן לייב האט געטאנצן הקפות אין עטרת אברהם
אין אהרן ווייסט נישט פון ערכאות ער לערענט סוגיא "מתוך"
והיינו דאמרי דאינשי: עס איז גרינגער צו לערנענן ברטנורה מיט א גר ווי טענהען מיט אן חארוני
מאך נישט אזוי אוועק די חארונים. זיי האבן אזוי גוט צעלייגט און געברענגט שטיקלעך פון "איד", וואס פארפירט די לייענער...
קרן
וואס שטייט אין בלאט שטייט נישט אין איד??
דאס איז אייער דייעגנאזע
תוקן על ידי - rotzer - 20/12/2004 3:43:25
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' יוסף בראך דאווענט יעדן אייניציסטען טאג שחרית מנחה מעריב אין סאטמאר ביהמ"ד קליימער סט, און ער וועט אי"ה דאווענען שבת אין ראדני בקרוב אי"ה.
און נאך אזאך מען האט געשיקט בריוון צו אסאך יונגעלייט אז זיי טארן נישט אריינטרעטען אין ראדני, זיי קומען אריין יעדן טאג שבת יו"ט, און גארנישט ווערט געטאן!
און צום סוף עס איז גרינגער צו לערנען מיט א גוי בארטנורה ווי מיט זאלי גמרא רש"י...
יוסעלע צוויי פראגען
איינס, ווען גיי איך כאפן פאר דיין באשולדיגונג פון גילוי שמות
און צוויי ווען קומסטו קיין אמריקא, מיר זאלן זיך קענען אפשמועסן, א צייט, ווען די וועסט ווייזן אז זאלי איז בעה"ה אין ראדני, און איך וועל ווייזן אז די אלע, פון וועם די רעדסט וועלן "יא" אריינקומען
לאמיר מאכן א צייט
לאמיר זעהן וואס די קענסט
??????????????????????????????????????????????????.
ברטנורה-ברטנורא
ווען דער אייבישער וויל שטראפען א עם הארץ לייגט ער אים אריין א לשון קודש ווארט אין מויל.
אין אמאל קומט עס פון א וויכוח אין בחרדי חרדים וד"ל