יובל השלושים - הערליכע דינער אין ק"י
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1224350
ס'איז פארגעקומען גאר א הערליכע דינער אין ק"י. 8:30 האט מען זיך מער נישט געקענט רירן אין זאל. די עסקנים געדענקען נישט א יאר וואס די זאל זאל אזוי שנעל פיל ווערן און מען האט שוין געשמועסט אז נעקסטע יאר וועט מען מוזן זוכן א גרעסערע זאל, אפשר גאר אינדרויסן פין שטעטל
דער פראגראם איז געווען הערליך און געוואלדיג. די רב האט געגעבן א הערליכע דרשה און דער עולם איז געזיצן שטיל און פארגאפט די גאנצע צייט. אויך רבי שמעלקע לייפער'ס דרשה איז געווען געוואלדיג און געהאלטן יעדן געשפאנט.
ר' מאיר הירש האט גאר גוט גערעדט אין בתוך הדברים האט ער אריינגעווארפן מיט וואספארא שוטים מען האט דא צו טאן, וואס גייען רעדן צו די פרעסע אז דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף לעבן בשלום מיט זיי, און די גוים לאכן זיך אויס פון זיי פונקט ווי חז"ל זאגן וואס עס וועט געשען ווען מען פרובירט זיך צו חנפענען צו גוים אז די גוים שפייען דאס צוריק, און ווי מען האט טאקע געזען אז סאקא האט געזאגט אז זיי זענען נישט אינטערסירט צו לעבן בשלום מיט קרית יואל.
ר' מאיר האט אויך געזאגט וואסערע נידערטרעכטיגע טיפשות ס'איז אז מען גייט צו די גוים זאגן אז דער רבי האט אונז געלערנט אז מיט ענק דארף מען זיין גוט, אבער אין די זעלבע צייט טוט מען אפ געמיינע רשעות קעגן אייגענע אידישע ברידער דורך אלע מיני וועגן און מען גייט ארויס קעגן א קהלה וואס דער רבי האט אלעמאל געווארנט מיטן ארגסטן קעגן טאן אזעלכע זאכן.
ר' מאיר האט נאכאמאל געזאגט וואס די שטעלונג פון די הנהלת הקריה איז נישט צו ענטפערן די אלע פאשקעווילן אין די צייטונגען אדער מיט אייגענע פאשקעווילן, ווייל אונז וועלן מיר זיך נישט לאזן אריינציען אין זייער שמוץ טאפ. די דרשה האט געהאט א גרויסע רושם.
עס איז אריינגעקומען ריזיגע סכומים אין די גאנצע מסיבה איז געווען א גרויסע הצלחה.
מער פרטים מארגן ווען איך וועל זיין אויסגערוהט
לייען איך גוט????
אבער אין די זעלבע צייט טוט מען אפ געמיינע רשעות קעגן אייגענע אידישע ברידער דורך אלע מיני וועגן און מען גייט ארויס קעגן א קהלה וואס דער רבי האט אלעמאל געווארנט מיטן ארגסטן קעגן טאן אזעלכע זאכן.
איך גלייב נישט וואס איך לייען.
יא דו ליינסט זייער גוט.
גיין געבן דאקומענטן פאר די רעקארד וואס האט געפירט צו א שרעקליכע העצע קעגן קרית יואל
גיין מסר'ן די ווילידזש
גיין שטערן די וואסער פייפליין
גיין זאגן פאר די גוים אז אונז דארף מיר נישט די וואסער פייפליין
גיין זאגן פאר די גוים אז דאס וואס די וויליזש טוט, צו ברענגען וואסער פאר קרית יואלער אידן איז קעגן דעת רבינו
גיין שיקן צעטלעך פאר גויאישע פאליטישאנס אז אברהם ווידער איז א קאמוניסט
גיין חרוב מאכן די חינוך פון די קרית יואל'ער קינדער דורך אריינפירן די שטעטל אין א עקלדיגע פאליטישע שמוץ
גיין צוברעכן די בלאק וואוט
איז דאס נישט גענוג פאר דיר אדער דו דארפסט נאך?
ווייל אויב דארפסטו נאך קען איך זיך נעמען באשרייבן גאנצע ביכער און ס'וועט נאך אלס נישט זיין גענוג.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 19/12/2004 11:03:11
נעבעך אן אהרונישער קיעלע.
עס איז שוין צייט זאלסט עפענען דיין קליינטשיקע מוח'ל און טראכטן אביסל טיפער ווי איידער צו נעמען מסקנות פאר די פארשטייסט עס.
האסט גוטע טענות, אבער נישט צום ריכטיגן אדרעס.
די אלע זאכן האבן בכלל נישט קיין שייכות צום קידוש השם וואס די אלייענס האבן געטאן. די אלייענס זענען די וואס זוכן דעם וואוילזיין פון די ק"י איינוואוינער. זיי האבן געאפערט פרישע וואסער קוואלן!
און צום לעצט: פארוואס ברענגסטו נישט וואס מאיר הירש האט גערעדט וועגן די ועד הקרי' געלטער? לאז דעם עולם הערן א רעפעראט איבער די הכנסות פון די ועד הקרי' טעקסעס אויף יעדע נייע דירה?
קרית יואל שרייבט:
די אלע זאכן האבן בכלל נישט קיין שייכות צום קידוש השם וואס די אלייענס האבן געטאן. די אלייענס זענען די וואס זוכן דעם וואוילזיין פון די ק"י איינוואוינער. זיי האבן געאפערט פרישע וואסער קוואלן!
ע"כ פון קרית יואל
הער פראפעסאר, אפשר זאגסטו מיר וועלעכע וואסער די אלייענס אפערט, איז דא א פוירמיט דערויף, אדער איז גענוג אז אין דער איד שטייט אז עס איז דארט דא וואסער
זיגי וויל אנעקסירן 184 עיקער פאר בערך 2000 דירות, דאס איז א פאקט, וואס איך האב נאכנישט געהערט א זאלי לייקענען "ביזדערווייל",
אבער זייער וואסער, האב איך נאר געזעהן אין דער איד אדער דער באריכט
פליז עקספלעין
קרית יואל. איך מיין זאלסט אנפאנגען צו רעדן ווי אן ערוואקסן מענטש און אויפהערן צו נוצן קינדערישע שפראך ווי "קיעלע" א.ד.ג. און אויך זאלסטו אויפהערן אריינצומישן אנדערע פאליטיקס. דער מנהל האט שוין געבעטן אזויפיל מאל אז מען זאל עס נישט טאן און דו מוזט אייביג פארלעצן די תקנות.
וויפיל מיליאנען וואסער קוואלן האט די אלייענס געאפערט ווייל אין זייערע פאשקעווילן רעדן זיי נאר פון איין וואסער קוואל, וואס די איין וואסער קוואל האט קיינמאל נישט באקומען קיין פערמיט פון די טאון ווי עס איז וואויל באקאנט פאר די אלייענס פירער און יעדן תושב קרית יואל.
הער אויף צו דמיונ'ען דו בעל דמיון
א הערליכע בילד וויאזוי דער רב געט איבער פאר רבי עקיבאלע די מתנה פון די ישיבה.
א זילבערנע האניג האלטער
א זילבערנע טייטלער
א זילבערנע אלף בית
אלס דאנק פאר זיין 30 יאריגע איבערגעגעבענע ארבעט אלס באליבטער מלמד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ביטע פאוסט א בילד פונעם גרויסן ציבור
התאחדות, מען קען נישט
ווייל ס'איז געווען א דורך פאל
מען האט אנגעגרייט 500 בענקלעך
און מיט די 200 בחורים איז באלד האלב געווען ליידיג
לאמיר רעדן פון שמחות
ווער רעדט נאך אז ביי כ"א כסליו איז געווען איבער 12,500 בענקלעך אנגעגרייט און מען האט נאך צוגעלייגט באלד 3500 בענקלעך
און דערצו קרוב צו 10,000 בחורים און קינדער אויף די פארענטשען
סליחה איך האב נישט געוואוסט אז עס איז נישט געווען קיין עולם.
ווייסט איינער די סיבה פארוואס עס איז נישט געווען קיין עולם?
ביטע פאוסטן
התאחדות
איך זאג דיר, עס איז געווען א קאלאסאלע דורכפאל
אדרבה גלייב מיר נישט
פרעג קרן התורא 13 וואס איז דארט געווען 8 אזייגער, ממש אין אנהייב, וועט ער דיר קענען פארציילן, ווי אויסגעשפילט ס'איז געווען
זעהסטו נישט, אז די אהרונים פילן זיך אזוי "שלעכט" און "נידערגעשלאגן" אז זיי געפינען אפילו נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן
אדרבה, זאל עקשטיין איבעגעבן א רעפארט פון ד.א. און מ.ש. און מרת ב., די גרויסע ווייטאג וואס הערשט ביי זיי אין אפיס'ל
אוי התאחדות, נאאיווער שעפעלע...
ס'האט פאסירט אן ערדציטערניש און יעדער וואס איז געווען אין זאל איז אומגעקומען.
תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 21/12/2004 0:21:48
די זאל ווערט צוגעגרייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
עלעגאנט
[בילד – נישט אפגעהיט]
טייל פונעם ריזיגן עולם
[בילד – נישט אפגעהיט]
אלעס נאר שטריימלעך. קיין איין בחור זיצט נישט ביי די טישן
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' עזריאל גליק ביים מייק.
חוסטער רב און קרית יואלער רב בסוד שיח
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' מאיר הירש און ר' שמעון משה קעפעטש ביים מייק.
דער רב און דער דיין בסוד שיח
[בילד – נישט אפגעהיט]
טייל פון די טייערע מתנות וואס איז אויסגעראפלט געווארן
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
די עסקנים זיצן שוין גרייט צו נעמען די געלט פון עולם
[בילד – נישט אפגעהיט]
די בעלי מנגנים פון "שירה"
[בילד – נישט אפגעהיט]
די יונגלעך מאכן אן אינטערסאנטע פארשטעלונג איבער ר' עקיבא'לע. אונטער זיי זעט מען דעם מלמד און עקספערט אין די זאכן גוטמאן וואס האט עס אראנזשירט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' שמעון משה קעפעטש שטעלט פאר ר' עקיבא'לע
[בילד – נישט אפגעהיט]
די זילבערנע אלף בינה וואס מען האט געגעבן פאר ר' עקיבא'לע
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 23/12/2004 1:55:24
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער רב וואונטשט אן ר' עקיבא'לע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער רב באגריסט הרב לאסקין פון טאון אף מאנרא און הרב אפעל פון מאנסי
[בילד – נישט אפגעהיט]
דברות קודש
[בילד – נישט אפגעהיט]