היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלייענס טרייבט ליצנות פון זיך אליינס!

אלייענס טרייבט ליצנות פון זיך אליינס!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1221783

זשוליאני08 » 17/12/2004 10:18

JUST FOR THE FUN, האב איך צאמגעשטעלט א ליקוט פאר יעדן צו זען וויאזוי די אלייענס/באריכט טרייבט ליצנות פון זיך אליינס.

ליינט מיט פארגעניגן...

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 17/12/2004 10:25:42

זשוליאני08 » 17/12/2004 10:33

דער באריכט שרייבט
[בילד – נישט אפגעהיט]

נו לאמיר טאקע פרעגן די אידן פון פריערדיגן דור, די תלמידים און באי ביתו פון רביה"ק זי"ע. לאמיר זען וואספארא חינוך זיי האבן באקומען פון זייערע עלטערן, וויאזוי נישט צו טשעפען און נישט אויפצורעגן קיין גוים
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 17/12/2004 10:34:35

זשוליאני08 » 17/12/2004 11:03

זיי ווילן איינרעדן דעם עולם אז יעצט איז אנדערש דער מצב ווי מיט יארן צוריק, און דעמאלטס האט מען זיך יא געמעגט שלאגן מיט די שכנים ווייל זיי זענען געווען אידן. אבער היינט שלאגט מען זיך מיט גוים
[בילד – נישט אפגעהיט]

אזוי גאר?
ווייל יעדער ווייסט אז מייקל סאסמאן, דזשאנעטען סווילער און דזשאו פוירגעסאן זענען אידן און זיי שעמען זיך נישט דערמיט.
קוקטס וויאזוי סווילער שטאלצירט זיך אז ער און סאסמאן זענען אידן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 17/12/2004 11:13

זיי טענה'ן אז דעמאלטס האט די הנהלת הקרי' פארהאנדלט זייער שיין מיט די שכנים און ח"ו זיך נישט געטשעפעט מיט זיי.
[בילד – נישט אפגעהיט]

אזוי גאר?
ווייל אין רצון צדיק שטייט אז ר' משה מעיאר האט געטשעפעט די גוים און געשריגן אויף זיי אז זיי זענען אנטיסעמיטן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 17/12/2004 11:14

ישר כח פאר באראש פאר'ן אריינסקענען די דאקומענטן אין אנדערע אשכולות.

קרית_יואל » 17/12/2004 19:47

אט גיט א קוק וויאזוי דער באראש מאכט ליצנות פון זיך און פון די אהרונים.

ער האט אריינגעסקענט א שטיקל פון רצון צדיק, אבער ר האט זיכער געמאכט אז מען זאל נישט זען וואס עס שטייט פריער, און אפשר איז דאס די סיבה פארוואס ער האט אראפגענומען דעם נומער פונעם זייט.

איך האב אויך אריינגעסקענט פון רצון צדיק, און איך ברענג 3 זייטן אריינגערעכענט דעם עמוד וואס באראש ברענגט, זאל יעדער זען אז ר' משה פריעדמאן האט אנגעשריגן א פרייען איד "מר. ליפמאן".

דערנאך וועל איך ברענגען אן עמוד פון רצון צדיק וואס רעדט פון דעם מר. ליפמאן, און דערנאך אן עמוד פון פריער וואו עס ווערט געברענגט וויאזוי די פרייע אידן זענען געווען די שטערערס.

[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 17/12/2004 19:47

המשך
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 17/12/2004 19:48

די דריטע זייט וואס איז פאקטיש דאס וואס באראש ברענגט אבער ער האט נישט געברענגט דעם גאנצן עמוד.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 17/12/2004 19:49

דא קען מען לייענען בנוגע דעם ליפמאן
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 17/12/2004 19:50

דא קען מען זען ווער עס זענען געווען די שטערערס
[בילד – נישט אפגעהיט]

KJAlliance » 17/12/2004 20:12

בקיצור מר. קרית יואל מאך דעם סך הכל ווי פאלגענד:

אמאל זענען געווען די שטערער'ס "נאר" אידישע אנטיסעמיטן, און היינט זענען דא "נאר" די גויאישע אנטיסעמינטן ווי פוירגעסאן, סוויילער, און סאסמאן

אמאל, האט מען "נאר" פרובירט ב'דרכי נועם', און היינט ארבעט מען "נאר קריגעריש

אמאל האט מען נישט געטשעפעט זייטיגע מענשטן (מען האט נישט גערופן 1000 יחידים אין קארט), און היינט רופט מען יא, (מען קלאגט 'צוריק' אין קארט די וואס קלאגן אונז)

אמאל האט מען (בהסכמת רבינו הק' זי"ע) באשלאסן, אריינצוואנדערן ביי יענעם אין בעק יארד, און אים ענג מאכן, מיט שקרים, אז מען רעדט פון העלפט דירות, אן מוסדות, און פאר אלטע מענטשן, דאס איז אחריות'דיג, היינט קעמפט מען פארן עקזיסטענץ פון שטעטל, מיטן ברענגן וואסער, דאס איז אומ'אחריות'דיג

צום לעצט ווען זיגי בראך מיט די אלייענס, גיבן אריין אנעקסעישאן פלענער, אריינצושניידן אז קרית יואל זאל אריינגיין 184 עיקער, קרוב צו 2000 דירות, אין הארץ פון "וואודבערי", דאס הייסט וועלן געלעבט גוט מיט די שכנים, און ווי זייער לאזונג "שלום קומט פאר וואסער", און מען וויל נאר אויב "אלע" שכנים וועלן מסכים זיין.........אבער ווען מען גייט ברענגן א פייפליין וואס פארט דורך בלומינגראוו, אינגאנצן נישט אין די געגנט פון וואדבערי, אט דאס איז התגרות באומות, הפקרות, אויפרייצן שכנים,

וואס זאל איך אייך זאגן, קרית יואל, דער באריכט, נייגעריגער, משוגענער, חורינער, געזעגענען

איין זאך וועל איך אייך יא זאגן,

מיר לעבן אויף אנדערע פלאנעטן

את אשר אסרנו התרתם, את אשר התרנו אסרתם, ..................



איין פראבלעם איז דא, ליידער נוצט עטס רבינו הק' זי"ע נאמען, סיי פאר אלע רצון צדיק אקטיוויטעטן, ביז די היינטיגע אלייענס מעשים

ועל זה ודאי קא בכינא!!!!!!!!!!!!!!!!

קרית_יואל » 17/12/2004 20:37

אלייענס

איך זע אז דו ביסט זייער צעשאקעלט דערפון, אבער דאס טוישט נישט דעם מציאות.

אויסער דעם וואס דו רעדסט בכלל נישט צום דבר.

דער שטח פון ר' יחזקאל בראך געפינט זיך געאגראפיש אין "הארץ" פון קרית יואל, אפילו אויב עס איז פאקטיש וואודבארי שטח.

דער שטח פון הרב בראך "רוקט" נישט אריין קיין אידן אין נאז אריין פון די גוים. עס וואוינען בכלל נשט קיין גוים ארום זיין שטח. פון איין זייט איז עס עצי התמרים דירות, פון איין זייט די מתיבתא, פון די אנדערע זייט פארעסט ראוד און ליזענסק. חוץ מזה וואס דער שטח ליגט שוין יארן אונטער זיינע הענט, און די שכנים האבן בכלל נישט קיין טענות דערקעגן.

אבער אינטערעסאנט אז דו ביסט מודה אז ער קען דארט בויען 2000 דירות.

די עיס פארם הייסט זיך אריינגערוקט אין די נאז ארייןפון די גוים. אפקויפן פריוואטע הייזער און שטחים פון גוים אין וואודבורי הייסט זיך אריינגערוקט אין זייער נאז.

זיי נישט אזוי צעבראכן. אויב וואוינסטו אין קרית יואל דארפסטו זיין צופרידן אז עס זענען דא מענטשן וועלכע ווילן נישט קיין מלחמה מיט די שכנים. זאל דער באשעפער האלטן די רעכטע האנט וואס עס קען פאסירן דורך אזא מלחמה.

און א גוט שבת.

זשוליאני08 » 17/12/2004 20:52

קרית יואל,

אויף ענגליש ענטפערט מען אזא איינעם ווי דיר DUH...

וואס ווילסטו נאכאמאל מחדש זיין מיט דיין גאונישן קאפ? אז די היינטיגע היצקעפ סווילער, סאסמאן און פארגעסאן זענען אויך אידן? איך מיין אז יעדער האט דאס שוין געזען צוויי תגובות פריער?

אויך בין איך עפעס זייער צומישט. אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן. לויט דיר קומט אויס אז משה פריעדמאן האט געשריגן אויף ליפמאן אז ער איז אן אנטיסעמיט.....

איך מיין ער וואלט אים שוין פאר'ן זעלבן געלט געקענט נאכשרייען ניגער.... ליפמאן וואלט זיך זיכער סאך מער דערשראקן...

דו אנטיסעמיט וואס דו ביסט

קרית_יואל » 17/12/2004 20:55

זשוליאני

זיי נישט אזוי גערעגט.

קענסט שרייען אנטיסעמיט וויפיל דו ווילסט.

סאטמארער חסידים זענען געווען גרייט אז אידן זאלן שרייען אויף זיי אנטיסעמיטן ווי איידער גוים זאלן שרייען אויף זיי "שמוציגער איד".

איך פארשטיי אז דער אמת טוט וויי, און נאכדערצו ווען דער ציבור אין קרית יואל הייבט אן אין אכט צו נעמען וואס דא גייט פאר.

פארפאלן: דער באריכט און די איבריגע הסברה פון די אלייענס הייבט אן צו ווירקן ביים דורכשניטליכן ציבור וועלכע האבן זיך אנגעהויבן צו כאפן אז מען פירט אריין דעם גאנצן שטעטל אין א סכנה. און די לעצטע אינצידענטן זענען קלארע באוויזן!

KJAlliance » 17/12/2004 22:03

קרית יואל ענטפערט:
דער שטח פון ר' יחזקאל בראך געפינט זיך געאגראפיש אין "הארץ" פון קרית יואל, אפילו אויב עס איז פאקטיש וואודבארי שטח.

דער שטח פון הרב בראך "רוקט" נישט אריין קיין אידן אין נאז אריין פון די גוים. עס וואוינען בכלל נשט קיין גוים ארום זיין שטח. פון איין זייט איז עס עצי התמרים דירות, פון איין זייט די מתיבתא, פון די אנדערע זייט פארעסט ראוד און ליזענסק. חוץ מזה וואס דער שטח ליגט שוין יארן אונטער זיינע הענט, און די שכנים האבן בכלל נישט קיין טענות דערקעגן.

אבער אינטערעסאנט אז דו ביסט מודה אז ער קען דארט בויען 2000 דירות.

ע"כ פון קרית יואל

איצט איז מיין פראגע, די אנעקסעישאן אפליקאציע, איז 184 אדער 22 אקער

די נפקא מינה איז אויף די אפליקאציע איז 22 אדער 25 עיקער ביזטו גערעכט מיט די איין טענה, פון די איבעריגע

אבער אויב די אפליקאציע איז 184 עיקער, פון זיגי אליין די 22 עיקער גלאקן הויז, בנוסף צו נאך 20 עיקער וואס ער האט נאך זיין הויז, בנוסף צו יעקב יואל באנדא'ס לאט, יעקב מאיר פערענץ, מענדל גערטנער וכו', די אלע שטחים, זענען אויף "מיין" מאפע, אין וואודבערי, און מען רעדט פון 184 עיקער וואס די איצטיגע קרית יואל זאונינג האט א מאקסימום פון 13 דירות פער עיקער, ווי עס איז מעגליך, איז דעריבער רעדט מען פון קרוב צו 2000 דירות

און ווי געשמועסט אויב בין איך ח"ו גערעכט, אז מען רעדט פון 184 עיקער, יא אריין אין וואודבערי, בין איך ווייטער זיכער אז ח"ו בשום אין אופן וועט די אלייענס, מיט זיגי נישט בויען קיין דירות, ביז ווילאנג אלע "גוים" ווי פארגעסן, סוויילער, און אנדערע וועלן "אלע" פה אחת מסכים זיין

קרית יואל, קיפ איט אפ

די בושה איז נאר ווי איך פארענדיג אין מיין פריערדיגע פאסט,

אז, דער ויואל משה, התגרות באומות, איז געווארן א ליצנות, און א שטעקן פון מיידלעך שטערן און זיגי בראך

זשוליאני08 » 17/12/2004 22:30

קרית יואל

איך מיין זאלסט גיין לערנען אביסל אידיש ווייל ס'קוקט נישט אויס ווי דו פארשטייסט די שפראך...

נישט איך האב געשריגן אויף דיר אנטיסעמיט. משה פריעדמאן האט געשריגן.

נעקסטיים, פאר דו אטאקירסט יענעם קוק ווער עס שרייט אנטיסעמיט אויף אנדערע אידן און נאכדעם פאנג אן צו אטאקירן.

באראש » 17/12/2004 22:53

זשוליאני מען קען זען אז די האסט די חברה גוט ארויסגענומען פון די כלים.

קרית-יואל. האסט מיך אריינגעמישט אין דיין סכסוך וועסטו אויך מוזן הערן פון מיר

זיי מוחל סטאפ פארדרייען א קאפ אין פאנג אן צו רעדן צו די זאך.

דו רעדסט דאך שוין כמעט אזוי ווי איחודמעמבר פלעגט רעדן אין חדשות ניו יורק. פארדרייען אשכולות און צודרייט מאכן מענטשן.

האט איינער געלייקנט דא אז ליפמאן איז געווען א איד? וואס נעמסטו זיך האקן אין טשייניק אויפצווייזן אז ער איז געווען א איד?

ענטפער אויף די שאלות אין דעם אשכול על ראשון ראשון. און פאר נישט אוועק צו אנדערע טעמעס.

פארוואס האבן די אלייענס רבנים געמעגט אנקלאגן די גוים?

פארוואס האט משה פריעדמאן געמעגט שרייען אויף די שכנים נאציס?

פארוואס??? פארוואס??? פארוואס???

שדים_טאנץ » 19/12/2004 01:35

קרית יואל. אינטערסאנט וואס דו זאגסט וועגן שרייען אויף סאטמארע חסידים אנטיסעמיטן.

ווייל דו ברענגסט נאך מיט גרויס שטאלץ דעם רצון צדיק וואס דארט שטייט אז א סאטמארער חסיד האט געשריגן אויף אנדערע אידן אנטיסעמיטן...


באראש » 19/12/2004 02:09

זשוליאני, דא האסטו נאך א שטיקל וויאזוי די אלייענס מאכט ליצנות פון זיך אליינס

זיי שרייבן אז קרית יואל שרייט נאציס אויף די שכנים:

[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 19/12/2004 02:26

דא קוקט וויאזוי זיי שטאלצירן אז משה פריעדמאן האט געשריגן "נאציס" און "היטלער" אויף די שכנים
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 19/12/2004 19:09

אוי נעבעכדיגע אהרונימליך.

ווערט נישט אזוי היסטעריש אז מען האט ענק געגעבן א טרעט אויפ'ן הינער אויג.

אפשר ברענגטס עטץ מיר א צייטונגס ציטאט אדער סיי וועלכן באריכט אין א צייטונג וואו עס איז געשטאנען וואס ר' משה פ"מ האט געשריגן?

ביז ווילאנג הרב ש"י געלבמאן האט דאס געברענגט אין זיין ספר האט עטץ בכלל נישט געוואוסט פון אזא סטעיטמענט.

דאקעגן די "קעי.דזשעי. וואיס" ווערן געזען דורך צענדליגער טויזנטער גוים ווען אימער זיי ווילן!

און צום שלוס: אלייענס באקלאגט זיך אז דער ויואל משה איז געווארן א ליצנות. נישטא ווער עס זאל לאכן.

ווער מאכט ליצנות פון ספה"ק ויואל משה און פונעם דרך וואס רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט?

נישטא נאך איינער ווי גאב"ד קעי.דזשעי. וועלכער נוצט דעם רבי'ן זי"ע לויט ווי עס שמעקט אים!
לויט די אהרונים איז דאך נישט צום פארשטיין, פארוואס מעגן נישט די מתנחלים וואוינען אויף די שטחים? לויט זיי זענען דאך די אראבער איינפאכע אנטיסעמיטן וועלכע קענען נישט דערליידן קיין איד, און ווילן זיי אריינווארפן אין ים אריין?

ווען עס וקמט צו רעדן קעגן די מתנחלים עפענט גאב"ד קעי. דזשעי. זיין גרויס מויל און גיסט פעך און שוועבל קעגן זיי. פארוואס אין מאנראו מעג מען זיך יא רייצן מיט די שכנים?

למעשה וועט עס ענק גארנישט העלפן. הונדערטער תושבי ק"י וועלכע זענען געווען פארגלייבט אין די אהרונישע דרכים פון קעמפן מיט גוים, הייבן אן צו אנערקענען אז מען האט זיי איינפאך פארפירט.

KJAlliance » 19/12/2004 20:08

קרית יואל שרייבט:
למעשה וועט עס ענק גארנישט העלפן. הונדערטער תושבי ק"י וועלכע זענען געווען פארגלייבט אין די אהרונישע דרכים פון קעמפן מיט גוים, הייבן אן צו אנערקענען אז מען האט זיי איינפאך פארפירט.

ע"כ פון קרית יואל

די מיינסט אפשר די רעזולטאטן פון 70 % קעגן 30%
2700 קעגן 1400

פון די רעזולטאטן רעדסטו????????.

פארגעס פון געווינען,

אנציען, צוברעכן יא

געווינען קיינמאל...........................

קריתיואלער » 19/12/2004 20:40

KJ

ער רעדט פון די 8,000 משפחות וואס זיי פארטרעטן ערגעץ אין אן עולם הדמיון וואו עס וואוינען 8,000 משפחות אין א קרית יואלע שטעטל...

דער עולם וויל וויסן פארוואס קען די אלייענס נישט געווינען קיין איין עלעקשאן אין קרית יואל.

KJAlliance » 19/12/2004 20:55

קרית יואלער

וואס רעדסטו

זיין האבן נארוואס געווינען קנאפע 1400 שטימען

און בלויז פארלוירן קוים 2700 שטימען

דאס הייסט פארלוירן

דאס הייסט געווינען מיט א לענדסלייד, [אין זאלי שפראך]

באראש » 20/12/2004 03:40

קעיזשעיאלייענס, די אלייענס איז נאכנישט זיכער וויפיל מענטשן זיי האבן

אין רעקארד האבן זיי געשריבן אז זיי האבן 8,000 מענטשן

באראש » 20/12/2004 03:40

אין באריכט האבן זיי געשריבן אז זיי האבן נאר 1400 מענטשן
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 20/12/2004 03:41

אין זעלבן באריכט האבן זיי אויך געשריבן אז זיי האבן 1400 משפחות
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 20/12/2004 03:42

און אין זעלבן באריכט האבן זיי אויך געשריבן אז זיי האבן א איבערוויגנדע מערהייט
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 20/12/2004 03:43

בקיצור האבן מיר פיר אנדערע סארט חשבונות וויפיל מענטשן די אלייענס האט. זיי דארפן נאך קומען צו א דעסיזשן.

שדים_טאנץ » 26/12/2004 06:21

קרית_יואל. דיינע ווערטער זענען צוקער זיס. משה פריעדמאן האט נישט געטון קיין עבירה ווייל נאר 500 מענטשן האבן געהערט וואס ער האט געשריגן.

אפשר זאגסטו מיר ביי וויפיל מענטשן ס'פאנגט אן צו ווערן אן עבירה?