היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פעיראל קאמפאני פארן וויליזש אנגעקלאגט

פעיראל קאמפאני פארן וויליזש אנגעקלאגט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1221689

נייגעריגער » 17/12/2004 03:36

עפעס איז ער ליידער א היימישער מאנסי וויזניצער אינגערמאן וואס האט געדרייט מיט די טעקס געלטער פון די וויליזש ארבייטער אינעם סטאק מארקעט און אנגעזעצט ביז די איי.אר.עס האט געזען אז סשטימט נישט און ער האט זיך מודה געווען.

איך האף אז קיינער ליידט נישט פון דעם אינוועסטיגעישאן.

<<<אויסגעמעקט די פרטים צוליב פריוואטע אינפארמאציע, דוקא>>>

תוקן על ידי - davka - 17/12/2004 9:53:29

KJAlliance » 17/12/2004 05:18

זעהט אויס אז די באקומסט גוגעל אפדעיטס, פון 'סאטמאר' און פון 'קרית יואל'

שטייט קלאר ארויסגעשריבן, אז זיין חטא איז געווען אז ער האט גענוצט געלט פון 'טעקס ווידהאלד' פאר פעיראל טעקס, וואס האט דאס שייכות מיט די קאסטומער וואס האט אים גענוצט

חוץ, וואס דער יחיד איז נישט קיין פאבליק פיגור, און בלויז ווייל עס איז געשטאנען אין עטליכע גויאישע צייטונגען, מיינט נאך נישט אז מען דארף אים צושמירן דא אויף 'היידפארק'

בכגון דא אמרו, חכמים הזהרו בדבריכם..................

נייגעריגער » 17/12/2004 14:30

אלייענס, אפשר ביסטו מער מסביר פארוואס דאס האט גארנישט מיטן קאסטומער.

וואס איז דאס טעקס וידהאלד?

אויבן אויף שטייט אינעם באריכט אז ער האט זיך יא ארום געשפילט מיט די טעקס ריטוירענס פון די קאסטומערס, און געבארגט געלט פארן סטאק מארקעט.

דאס איז טאקע א גוטע שאלה וואס דו האסט אויפגעברענגט, איז איינער וואס טוט זיין ביזנעס מיט "קרית יואל" טעקס געלטער א פובליק פיגור אין דעם זין אז מיר זאלן מעגן ליינען, נישט ח"ו איבער אים פערזענליך, נאר איבער זיינע ביזנעס דרייערייען?