היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דער שרעקליכער צורה פון מלחמה

דער שרעקליכער צורה פון מלחמה

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1221682

נייגעריגער » 17/12/2004 03:13

רוב קרית יואל אזוי ווי רוב שטימען פון דאס חרדישע אידענטום דורכאויס גאנץ אמעריקע איז געגאנגען פאר פרעזידענט בוש. דער אורזאך פארוואס מיר האבן א געפיל צום פרעזידענטס קאנסערוועטיווע אגענדע און מיר זענען אזוי בלינד פרא- מלחמה, איז ליידער צוליב אונזער באהאלטענע מיליטאנטישע רעכטע נויגוגענגען צו די ציונים וואס טוען אקופירען ארץ ישראל פון די אראבער פאר ביאת המשיח און זענען דעריבער גורם שפיחת דמים און מיר בויען זיך אויף א רייץ צו נקמה קעגן די אראבער. אבער מלחמה איז ליידער שוידערליך פאר ביידע צדדים, איז כדי מיר זאלן זיך אריינבליקען אין א סייט וואס ברענגט אומ-צענזעריטע בילדער סטרעיט פונעם פראנט. און מיר זאלן מאכן א חשבון הנפש וויפל בלוט מיר האבן אויף אונזער הענט מיטן ערוועילן אזא בלוט דורשטיגער פרעזידענט.

ווארענונג: דאס איז נישט פאר קיין שוואכע הערצער, פרויען אדער מינדער יעריגע.
http://fallujahinpictures.com/

שדים_טאנץ » 17/12/2004 03:17

נייגעריגער. פאר וועמען האסטו געוואוט?

איך פרעג עס נאר מחמת גרויס "נייגעריגקייט"?

majyar718 » 17/12/2004 03:21

ווילסט פיקטשערס פון סעפטעמבער 11 ?

ווילסט פיקטשערס פון אנדערע טעראריי ?

טעראריסטן און מערדערס וכל אשר להם
זאלן גיין פון די וועלט
קיינער דארף זיי נישט

אפשר די?


SO דריי א קאפ א צווייטן!

נייגעריגער » 17/12/2004 03:27


איך נעם נישט קיין שטעלונג, באט סאיז כדי אריינצוטראכטן אז ווען די גאס שמועסט אז קרית יואל איז געגאנגען אזוי שטארק פאר בוש, צו וויל מיר אונז ווערן אנגעקוקט אלס די וואס זענען פאראנטווארטליך פאר די בלוט פארגיסאכץ פון טויזענטע אראבישע מאמעס,קינדער און אלטע לייט? עפעס אין גלות זענען מיר דאך. ניין?

אפשר זאלן אונז בכלל נישט וואוטען.

getme » 17/12/2004 04:36

נייגעריגער

די שרייבשט שקר
קודם ווער איז די גאס וואס שמיעסט ??
ווער שמיעסט פין צוויי טויזענט וואטס??

מען טאר נישט וואטן פאר בוש??


2}אינזער וואטן פאר בוש קימט נישט פין מילטאנטעניש עס קימט איינסוועגן מאראלישע סיבות
צווייטענס

אפסטעיט העלפן די רעפויבליקן די אידן נישט די דעמעקראטן די דעמאקראטן אין אפסטעיט ציזאמן מיט די אליינס טיילן אויס צרות פאר די אידן אין אפסטעיט

פראביר עס צי פארשטיין מיט דיין קאפ אין שכל

תוקן על ידי - getme - 17/12/2004 4:38:33

תוקן על ידי - davka - 17/12/2004 9:55:01

KJAlliance » 17/12/2004 05:20

נייגעריגער

איך בין גארנישט נייגעריג אויף דיין נייגעריקייט

בקיצור:

איך בין מיט דעם "רוצח" בוש, און נישט מיט די "רחמנים" בין לאדין, כוסעין, אסאד, אראפאט, כומעיני

ליידער ווי ווייט מיר זענען פארקראכן...................

נייגעריגער » 17/12/2004 14:40

אלייענס,

אפשר זאגסטו מיר פארוואס דו דערמאנסט נישט קיין ווארט וועגן "שרון" און די ציונים?

זענען דען זיי נישט קיין מדובר אין די מלחמה?

פאר א קרית יואל איד דארף דאך עפעס אנגיין די מדינה'ס ראלע אויכט. ניין?

אין קרית יואל ווייסט יעדער קינד אז די אראבישע טעראריסטן זענען נאר צעהיצט און אקטיוו אדאנק די אומפאראנטווארטליכע ציונים, און זיי זענען שולדיג אויף אלע בלוט פארגיסונגען אינעם מיטל מזרח.

אלזא לאז אפ בוש, אראפאט, און סאדאם, און ערקלער דיין מיינונג איבער שרון. נאך דעם וועלן מיר זעהן ווייטער צו דער מלחמה מעגן מיר האבן אויף אונזערע הענט.

KJAlliance » 17/12/2004 16:25

נייגעריגער שרייבט:
רוב קרית יואל אזוי ווי רוב שטימען פון דאס חרדישע אידענטום דורכאויס גאנץ אמעריקע איז געגאנגען פאר פרעזידענט בוש. דער אורזאך פארוואס מיר האבן א געפיל צום פרעזידענטס קאנסערוועטיווע אגענדע און מיר זענען אזוי בלינד פרא- מלחמה,

איז ליידער צוליב אונזער באהאלטענע מיליטאנטישע רעכטע נויגוגענגען צו די ציונים וואס טוען אקופירען ארץ ישראל פון די אראבער פאר ביאת המשיח און זענען דעריבער גורם שפיחת דמים און מיר בויען זיך אויף א רייץ צו נקמה קעגן די אראבער.
ע"כ פון נייגעריגער

איך האב גע'ענטפערט אויף די ערשטע האלב

אויב דיין עיקר פוינט אין די צווייטע האלב, אנטשולדיגט פארן ענטפערן, ווייל עס שטייט שוין "אל תען ... כא....

איי עם סארי

ביזט אדער א בעק'ניק אדער א פשוטער משוגענער,


סארי, אבער, צו שרייבן אזוי מוז מען קודם זיין איינס פון די צוויי

שדים_טאנץ » 17/12/2004 16:46

לאמיך מאכן א שטיקל פשרה.

ביידע זייטן זענען אביסל גערעכט.

דאס איז אמאל זיכער אז בוש איז א שטארקער אידן פריינט, און זיין ליבשאפט צו מדינת ישראל נעמט זיך נישט פון דעם וואס ער איז אנטי-סאטמאר, נאר ווייל ער האט ליב אידן בעצם.

דאס איז אמאל זיכער אז אונטער בוש איז אמעריקע מער זיכער ווי עס איז געווען פארדעם, ווייל ער האט אוועקגעפירט דעם מלחמה פראנט פון אמעריקע און עס געפירט צו די אראבישע לענדער. עטס ווילטס ענק שלאגן מיט אונז? לאמיר זיך שלאגן ביי ענק אין שטוב, נישט ביי אונז.

אבער דאס איז אויך זיכער אז אידן רחמנים בני רחמנים טארן נישט אפן זיך פרייען איבער דאס וואס קומט פאר אין איראק. פאקטיש ווערן גע'הרג'עט ציווילע מענטשן און אסאך יונגע אמעריקאנער זעלנער, וועלכע לאזן איבער פרויען און פיצלעך קינדער אין שטוב. קיינער פון אונז האט נישט קאנטריביוטעד צו די מלחמה אין איראק. מיר האבן נישט אהינגעשיקט קיין עסן און לעבנסוויכטיגע פראדוקטן ווי אנדערע אידישע און נישט אידישע קאמיוניטיס האבן געטאן. ווער רעדט נאך פון דעם אז קיינער פון אונז דינט נישט אינעם מיליטער און פייט נישט אין איראק.

אלזא, חסיד'ישע אידן ווי אונז דארפן זיין זייער פארזיכטיג, און נישט רעדן צו רעפארטערס ווי גוט די מלחמה איז, ווייל אפילו א טאטע פון א סאלדאט וואס שטיצט די מלחמה וויל נישט הערן ווי איינער וואס טינקט נישט איין קיין פינגער אין קאלט וואסער איז אזא שטארקער פאטריאט אויפ'ן חשבון פון זיין זונ'ס בלוט.

וואס מיר דארפן יא זאגן ווען אונז רעד מיר צו גוים איז אז אידן האבן א תורה'דיגע פליכט צו שטיצן זייער רעגירונג, און וועגן דעם שטיצן מיר אונזער פרעזידענט ווייל אונז זעמיר זיכער אז ער מיינט אונזער טובה און די טובה פון לאנד.