היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דער באריכט פ' ויגש

דער באריכט פ' ויגש

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1221390

DERBARICHT » 16/12/2004 21:31

עס איז נארוואס אנגעקומען

שיין און ברייט באריכטעט א חידוש און קרית יואל, צענדליגער סעודות און מסיבות פרייטיג צונאכטס, מוצ"ש, און זונטאג משך פונעם טאג, לרגל יום ההצלה פון רבינו הקדוש זי"ע, און אלע בתי מדרשים, שטיבלעך, כוללים, מוסדות התורה והחינוך איז פארגעקומען א מסיבה.

פאזיטיוו אראפגעשטעלט דעם ANNOUNCEMNT און RECORD פון KJ ALLIANCE מיר וועלן זען OVER THE WEEKEND וויאזוי די אנדערע צוויי לאקאלע צייטונגען וועלן עס באריכטן


IN GENERAL זייער אסאך "קרית יואל" נייעס
איך וועל ווייטער ליינען שפעטער

קריתיואלער » 16/12/2004 22:23

אה, די לעצטע פינף וואכן האלטסטו אין איין איבערשרייבן די זעלבע זאך.

איין זאך האסטו שוין אויפגעגעבן. דו שרייסט מער נישט אז זיי זענען נייטראל...

שדים_טאנץ » 17/12/2004 02:05

איך האב דזשאסט געענדיגט צו ליינען דעם באריכט. איך האב מיך געראולט פון לאכן זעענדיג מיט וואספארא אומצווויליזירטע און אומקלוגע מענטשן מען האט דא צו טאן.

קודם, דריי פערטל פון דעם פעיפער ווערט אוועקגעגעבן פאר'ן דינער פון די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אלע פאשקעווילן וואס זיי האבן נישט געקענט אריינלייגן אין דער איד לייגן זיי אריין דא.

נאכדעם פראקלאמירן זיי זלמן לייב אלס כ"ק מרן הגה"ק און אנדערע קראנקע טיטלען וואס ווער ס'קען דעם מענטש פערזענליך וועט נישט קענען אויפהערן צו לאכן ווען ער זעט עס.

נאכדעם באוויינען זיי וואספארא שטארקע פלאפ זיי האבן געהאט אז סאקא האט זיי אזוי מיאוס צוריקגעשפיגן אין פנים ווען זיי האבן גערופן פאר שלום און זיי טענה'ן אז ס'מוז זיין אז די התגרות באומות פון די וויליזש איז שוין אזוי שטארק אז אפילו זייער עד העלפט נישט.

וואס די כעלעמער שעמען זיך אבער צו זאגן איז אז זיי זענען געווען די וואס האבן אנגעפאנגען די גאנצע העצע קעגן קרית יואל מיט'ן גיין מסר'ן קרית יואל פאר די רעקארד ווי עס איז געווען גוט באשריבן אין וואס איז נייעס אין קרית יואל

תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 17/12/2004 2:05:45

תיבהאישית » 17/12/2004 02:11

ווער סליינט די באריכט זעיט אז זיי ליינען דארך יעדע אשכול אין 'וואס איז נייעס אין קרית יואל'. זיי פארענטפערען זיך א גאנצע צייט אויף די אלע גיטע אינפארמעישן וואס מען האט געברעינגט דא קעיגען זיי אין זיי עקספלענען אז זיי האבען יא גמעיגט מאכן התגרות באומות ווען מען האט גיבויט קרית יואל וועיגען דעים אין דעים אין דעים. אין אזוי כהנה וכהנה פארענטפערען זיי זיך אויף אלע זאכען וואס מען האט דא גיברעינגט קעיגן זיי

ליינטס אין האטס גרויס הנאה.

באראש » 17/12/2004 02:40

דער איז איז שוין נישט אזוי שוואנצאנותדיג
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 17/12/2004 03:06

איך האב געזען זייער אן אינטערסאנטע תמימותדיגע שאלה אין די באריכט:

אפשר קען איינער טון א טובה און עס ענטפערן?

איך האב עס שוין פינלאנג געוואלט פרעגן די אלייענס. וויאזוי האבן זייערע רבנים און שיינע אידן געקענט פייטן מיט די שכנים ווען מען האט געגרינדעט קרית יואל? האט עס דען דער רבי געלאזט?
[בילד – נישט אפגעהיט]

getme » 17/12/2004 04:48

די אשכול עפענט אויף דער זעלבער זאלי יעדס מאל עס קימט ארויס א באריכט ער וויל מען זאל רעדן פין די באריכט אין מאכן א אישו דערפין

מען דארף אים נישט ענטםערן ווער עס נעמט עס אין די הענט זעט גלאך וואס דאס איז אין מען ברויך עס אפלוי נישט מסביר זיין

עס איז זיך נישט שייך צי טענענן צי ער איז פארטייש אדער נישט
א זאלי מאכט עס ער באשרייבט נאר אים אין אויך אביסל קינדערישע לצנות פין קהל אין דאס איז עס

עס איז פינקט אזוי אימפארטייש ווי דער אומאפהענגיגען איד

סא ענפערט"ס אים מער נישט!!!

KJAlliance » 17/12/2004 05:25

געט מי

פאר די זעלבע סיבה וואס דו שרייבסט, קום איך צו די פארקערטע מסקנא

ווי מער מען ענטפערט אים, און וואסערע גרעסע שטותים, עס קומט מכח דעם, אין דעם נעקסט 'באריכט', שפארט דאס צענדליגער טויזענטער דאלער, אויב נישט הונדערטער טויזענטער דאלער, פונעם קומענדיגן בין פסח לשבועות מעיאר קאמפיין

די געלטער וועלן אי"ה גענוצט ווערן, פאר פיל בעסערע זאכן

דער באריכט טוט א סופער דזשאב, ער לייגט זיי אריין אין פאזיציע'ס וואס זיין וועלן נישט קענען ארויסקריכן

און 'געט מי', אויב די פארשטייסט נישט פרעג מיר אין תיבה אישית

און 'דער באריכט' קיפ אפ...................