איינער האט אפשר א מושג ווי אזוי מען מאכט נקודות אין מייקראסאפט ווארד? וואס דארף איך טון צו פינטלען טעקסט?
טעקסט וואס איז שוין געפינטעלט קען איך קאפיען זייער פיין אריין צו ווארד, אבער אויב האב איך טעקסט וואס איז נישט געפינטלט און איך וויל עס זאל זיין געפינטעלט, וואס טוה איך?
דריקט caps lock
און דריקענדיג shift שטעל זיך נאכן אות און דריקט די נומבערס.
דא איז א virtual keyboard לינק
מ'קען מאכען פון דארט cut and paste easy
http://keyboard.lab.co.il/hebrew.htmאויף "מעק" האלט אַראָן די אַפּשֶׁען קי, און נוץ די נומבערס (די בעסט איז צו לייגן סטיקערס) די סיסטעם וועט אוטומעטיקלי רוקן די נקודות רעכטס (ביי ד' ר, וכו') אדער ארויף (ך' וכו...).
אויב פינטלסטו אפט
מאך מאקראס פון אלע נקודות
דורך רעקארדן א עקסטרע מאקרא פאר יעדע נקודה
נאכדעם מיט איין קליק אויף די מאקרו און ספינטלט זיך
א גרויסן ייש"כ, אבער איך האב נאר איין פראבלעם. ווען איך לייג אריין נקודות זעה איך עס פשוט נישט. איי ווי אזוי ווייס איך אז עס ארבעט? אין ווארד זעה איך ווי עס ווערט א ספעיס, און ווען איך קאפי און פעסט עס צו אן אנדערען פראגראם קען איך יא זעהן די נקודות. וואס איז פשט?