היינט האב איך געהערט אז עס טוט זיך עפעס וועגן די עירובי תחומין און קרית יואל,
געוויסע געגנטער וואס מ'האט געמיינט אז עס איז נאך און דער תחום, טאר מען דארט ע"פ הלכה נישט וואקן פון און צו יענע געסער
ווער עס ווייסט עפעס מער פרטים זאל פליז פאוסטען
יא, איך האב אויך געהערט דערוועגן. עס טוט זיך א גאנצער שטורעם. א תלמיד חכם אין קרית יואל וואס לערנט די הלכות פון עירובי תיחומין איז אויפגעקומען אז אסאך מענטשן וואס קומען אריין קיין קרית יואל און וואס גייען ארויס פון קרית יואל, ווי למשל די וואס וואוינען אויף סעווען ספרינגס, טארן עס נישט טאן ע"פ הלכה אן קיין עירוב תחומין.
מען זיצט שוין מיט'ן דיין די לעצטע פאר טעג. גרויסע דיינים פון איבער די וועלט זענען אריינגעמישט געווארן. לכתחלה האט דער דיין גע'פסק'נט אז מענטשן פון אחדות קאנטרי קענען אינגאנצן נישט אריינקומען אין שטעטל אפילו מיט אן עירוב תחומין. שפעטער האט ער מקיל געווען און גע'פסק'ט אז אן עירוב תחומין העלפט זיי יא.
עניוועי, אסאך מענטשן וועלן האבן העדעקס די קומענדיגע וואכן וועגן מאכן אן עירוב תחומין. איך רעד שוין נישט דערפון אז מענטשן וועלן זיך רייסן די האר פון קאפ אז זיי האבן אזויפיל יא עובר געווען אויף אן עבירה.
מיילעך שווארץ האט זיך גערעגט אין בית המדרש. ער זאגט אז דער דיין האט אים געגעבן א היתר מיט 23 יאר צוריק אז ער קען טראגן אן א עירוב תחומין, ביז די "דרייקעפ" זענען אנגעקומען און אנגעפאנגען צו פארדרייען א קאפ.
ער זאגט אז ער האט געפרעגט דעם דיין און דער דיין האט אים געזאגט אז ער קען ווייטער טראגן געהעריג אן א עירוב תחומין.