שוין פופצען יאהר וואס דייטשלאנד בויעט א מעמאריעל פארן האלאקאעסט, און איז ענדליך פארענדיגט געווארען.
http://abcnews.go.com/International/wireStory?id=333292&CMP=OTC-RSSFeeds0312גוט, אבער איך זעה נישט די מוראדיגע נייעס פון דעם.
דו משוגענער, קענסטעך נישט דערלערנען אז חדשות אנש איז נישט קיין פלאץ צו פירקלען סתם וועלטליכע נייעס?
דא קומסטו מיט א פאליציי שיסעריי אין די בראנקס, די פלאץ איז נישט דא!
הער אויף!
ביז ווי לאנג עס וועט נישט שטייו אין די תקות הפורום אז מען מעג שרייבען נאר סאטמארע שטותים, קען איך שרייען וואס איך וויל, אזוי לאנג ווי עס איז מתאים צו די תקנות. שנית, ווער האט דיר פארציילט וואס עס קומט יא אויף חדשות אנ''ש און וואס נישט? סך הכל, ביסטו א מעמבער פונקט ווי מיר, און איך בין ענטייטעלד פונקט ווי דיר. אז דער מנהל וויל, וועט ער מיר שוין מודיע זיין. ווילסט נישט לייענען וועגן א שיסעריי אין די בראנקס, בסדר. קיינער צווינגט דיר נישט. איז עס טאקע אזוי אפענסיוו אז די עס טאר נישט שטייו אויפן מעין פעידש?
מעשוגענער
עס שטייט ערגעץ אויפן גאס אז מען טאר נישט שפאצירען און הויזען?
עס איז דא זאכען וואס יעדער פארשטייט אליינס, עס איז א דבר מובן מאליו אז אין א אשכול פאר נייעס פון אנ"ש לייגט מען נישט קיין וועלט נייעס.
קוק אליין וועסטו זען אז זינע אשכולות האבען נישט קיין ליענער'ס אין כמעט נישט קיין מגיבים.
תסיק לבד את המסקנות.
גראדע זעהט מיר אויס ווי די תגובות אויף מיינע אשכולות וואקסעןאויף דיין חשבון. אגב, שטייט גראדע יא אז מען טאר נישט גיין אן הויזען, ווילסט טאקע איך זאל זאגן ברחל בתך הקטנה? עס וועט טאקע זיין א פאוסט וואס קומט נישט אויף חדשות אנש.
ס' איז אן אינטערעסאנטע מעמאריעל
[בילד – נישט אפגעהיט]
הונדערטע ריזיגע שטיינער.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך א וויאו
[בילד – נישט אפגעהיט]
זכור את אשר עשה לך עמלק!
גארנישט וועט פארמינערען דעם זעקס מיליאן אידיש פארגאסען בלוט פלעק פונעם נידערטרעכטיגן דייטשן פאלק
ימח שמם וזכרם במהרה דידן
א''מ נקום נקמת דם עבדיך השפוך
אינטערעסאנט אז עס זענען דא מענטשען וואס זענען אינטערעסירסט אין סתם וועלטליכע געפירקעלטע נייעס...
אגב, איז majayer זייער גערעכט. די דייטשן וועלן און קענען אונז נישט אפקויפן מיט א נארישע מעמאריעל ווען זיי האבן אויס גע'שחט'ען מיליאנען פון אונזערע זיידעס.