היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » רייכערען פארלענגערט דאס לעבן?

רייכערען פארלענגערט דאס לעבן?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1219801

משוגענער » 15/12/2004 18:59

אין לאנדאן איז געשטארבן א פרוי 105 יאהר אלט! זי האט גערויכערט ביזן לעצטן טאג. נו, ווען האט אנגעהויבען רויכערען? ביי די פופצען.

http://www.thesun.co.uk/article/0,,2-2004580818,00.html

יוסעלע » 15/12/2004 19:23

זיין א גוי פארלענגערט דאס לעבן!!!????
טענו בחטים והודה לו בשעורים!

וואס האט איינס מיטן צווייטן איינגעשטויסן! 5 מיליאן מענטשן (1 מיליאן אמעריקאנער) שטארבן פאר די איינע סיבה "זיי האבן גערויכערט". ווען די וועסט האבן איבער 5 מיליאן רויכערעס ביי די 105, קען מען וויטער שמיסען

משוגענער » 15/12/2004 19:36

יוסעלע, אויב האסטו געמיינט אז ווען איך האב געשריבען ''רייכערען פארלענגערט דאס לעבן?'' האב איך עס געמיינט אינעם ליטעראלען משמעות, ביטע זיי מיר מוחל.

krepel » 15/12/2004 19:41

well smoked meat stays fresh longer
הטקסט שלך כאן

יוסעלע » 15/12/2004 21:17

כ'האב עס געמיינט אזוי ערענסט ווי די האסט עס געמיינט!!

משוגענער » 15/12/2004 21:29

לאזשע זיין אזוי...

iraq4002 » 16/12/2004 01:02

רויכערן איז ממש רציחה, נישטא (כמעט) קיין געזונטהייט זאך וואס ווערט נישט געשעדיגט פון ציגארעטן.

מקוה_איד » 16/12/2004 01:06

פאר מיר נישט צו רויכערן איז ממש רציחה, נאך אפאר טאג נישט רויכערן ווער איך קראנק...

באראפארקער » 16/12/2004 01:40

עפ"י הלכה מעג איינער אנהייבען רייכערען?

מקוה_איד » 16/12/2004 01:48

איך בין נישט קיין דיין, אבער מיטן גראדן שכל זעה איך נישט פארוואס מ'זאל יא מעגן רייכערן, נאכמער איך האלט אז סיז א חיוב פאר עלטערן צו מחנך זיין די קינדער נישט צו רייכערן...פונקט ווי מ'איז מחנך די טעכטער נישט צו רייכערן אלס צניעות, פארוואס זאל מען נישט קענען מחנך זיין די זוהנ'ען, אלס "ונשמרתם"? מאי שנא? "ונשמרתם" איז א איסור דאורייתא...


(אגב, איך רייכער נישט, די פריערדיגע פאוסט איז נאר א וויץ)