היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלייענס האקט אויף גויאישע שכנים!

אלייענס האקט אויף גויאישע שכנים!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1218186

באראש » 14/12/2004 07:34

די כעלעמער אלייענס ווילן איינרעדן די וועלט אז זיי זענען די וואס זוכן שלום און דערווייל זענען זיי גאר די וואס לייגן צו אויל צים פייער. צום מזל קען מען היינט אלעס זייער גרינג טרעפן אויפ'ן אינטערנעט אין זיי קענען נישט באהאלטן זאכן וואס זיי האבן געזאגט אדער געטון מיט א יאר צוריק.

ליינטס נאר וויאזוי מעני מענגועל, די ווארטזאגער פין די אלייענס האקט אויף די גויאישע שכנים פארוואס זיי לאזן נישט בויען קיין וואסער פייפליין ביי א הירינג איבער די וואסער פייפליין נאוועמבער 03'.

MR. MANGUAL: Good morning, gentlemen.

First, I just wanted to commend you. I think it was, you know, there is a problem and as the stewards of the Village I believe that you went and sought -- or sought some resolve to the problems here.
And it's interesting that many complaints were about he wells and about, you know, the growth and the water you are taking from the surrounding community. And I would -- I am just surprised you
wouldn't get more support from the area politicians.
I also think that in some areas I think that when there is a problem that involves many communities you would expect your legislators to help resolve these issues.

They have not come to offer any kind of a -- any kind of resolution, or offer any kind of mediation, or anything, and instead they've come to attack, so that's a shame.



עם. וויאזוי רופט מען דאס נאר??? אה, יא. התגרות באומות......

קרןהתורה13 » 14/12/2004 09:39

אה, שוין עפעס אנדערע ווערטער. משמעות אז אלייענס קעמפט יא פארן פייפליין. זיי ווילן נישט אז אלע מאמעס און פיצלעך קינדער פון קרית יואל זאלן שטארבן פון דארשט.

און איך האב נאך נאיאיוו געגלייבט וואס דו האסט געפירקלט אין אן אנדערן אשכול, אויפ'ן באפעל פון די כעלעמער ווילידזש פירער:

"אזא געמיינע רשעות איז נאכנישט געזען געווארן זייט די וועלט שטייט.
זיך ארויסשטעלן אין פאבליק און דערקלערן פאר די אנטיסעמיטן, די שונאי ישראלים וואס שלאגן זיך מיט קרית יואל פאר די איינציגסטע סיבה אז מיר זענען אידן אז "אחינו אתה", איר זענט אונזערע ברידער און פריינט און מיר האבן ענק ליב, און דערקלערן אז קרית יואל טאר נישט בויען די וואסער פייפליין. וואו נאך איז געזען געווארן אזא געמיינע זאך?

באראש » 14/12/2004 18:55

קרן התורה

דו האסט גוט ארויסגעברענגט מיט וואספארא משוגעים אונז האמיר דא צו טאן.

איין טאג שרייען זיי אז די ווילידזש טוט נישט גענוג צו ברענגען א פייפליין.

די נעקסטע טאג שרייען זיי אז מען טאר נישט ברענגען קיין פייפליין.

איך האף נאר אז די אלייענס פירער וואס שיקן דיר שרייבן דא אויף היידפארק און זיך אננעמען פאר זיי, ליינען דיינע ווערטער.