היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נפטר געווארן פאניויעז'ער ר"י

נפטר געווארן פאניויעז'ער ר"י

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1217490

SIM89 » 13/12/2004 14:58

היינט 11:15 איז נסתלק געווארן אין ב"ב הגאו האדיר רבי מרדכי שלמה ברמן זצ"ל ר"י פאניוועז' ומח"ס אשר לשלמה, חתדב"נ הגה"ק דער סטייפלער זצ"ל (א שוואוגער מיט הגר"ח קאניעבסקי שליט"א), וואס איז געווען שווער קראנק 20 יאהר ל"ע מיט פארקינסון.
הגר"ש ברמן האט געזאגט שיעורים אין די פאניביז'ע ישיבה זייט תשי"ב, און ער איז געווען באקאנט מיט זיין מוראדיגע חריפות.
הגר"ש זצ"ל איז געווען אלט ארום 75 יאהר. ער איז געווען פון די נאנטסטע צו זיין רעביצין'ס פעטער דער הייליגער חזו"א וואס איז געווען זיין שדכן. און ס' האט געהייסט אז ער וועט איבער נעמען די הנהגה פון די ליטווישע ישיבישע וועלט נאך הרב שך, אבער ליידער ער איז קראנק געווארן.
די לוי' וועט ארויס קומען 6:30 פונעם גרויסן היכל הישיבה, וואס מ'האט פארמכט די לעקטער און ארויס גענומען אלע בענק זייט ס'איז נודע געווארן אויפן הסתלקות.