היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » באבוב ווערט צוטיילט אין דריי גרופעס

באבוב ווערט צוטיילט אין דריי גרופעס

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1217019

דישיגוטער » 13/12/2004 02:01

פארגאנגענע שבת חנוכה האט מען קלאהר געזעהן וואס איז געבליבן פון באבוב פון אמאהל.

די גרויסע בית המדרש איז וויסט יעדע נאכט חנוכה אבער שבת איז פארגעקומען א צוזאמענקום אין ביהמ"ד ווי עס זענען געפראוועט געווארן די טישן פרייטאג צונאכט'ס דורך רבן של ישראל מרן מהר"ש מבאבוב זצ"ל

עס זענען זיך צוזאמענגעקומען ארום 800 יונגעלייט און בחורים ווי די איידעם הרה"צ רמ"ד אונגער שליט"א האט געפירט טיש און געזאגט תורה און די בחורים האבן זיך געשאקלט ארום מיט טיעפע פלפולים אין די סוגיא פון כבתה ביז דא איז איין פארטיי

די צווייטע פארטיי פונעם רב הצעיר זענען נישט מקיים פרסומא ניסא און זיי ווערן נישט געזעהן און נישט געהערט

די דריטע פארטיי פון הרה"ג הצדיק רבי יעקב יוסף ה"ש פראוועט יעדע פרייטאג צונאכטס
און איבערהויפט שבת חנוכה ווי הונדערטער אידן זיצן און הערן זיך צו די שיינע שמועסן עפ"י נוסח דודו הרה"ק מבאבוב זצ"ל וואס ער איז ממשיך די באבאווער דרך זייענדיג אליין א זוהן פון הגה"צ רבי חיים יהושע מבאבוב זצ"ל בן להקדושת ציון מבאבוב זי"ע

באראפארקער » 13/12/2004 03:14

דישוגעטער
האסט געטוישט זייטען?

tzvibp28 » 13/12/2004 03:45

וואס איז מיט יהושע רובין?