קרית יואל איז היינט א שטאט ווי יעדע אנדערע שטאט אין די וועלט. אונז דארף מיר זיך מער נישט שעמען פין קיינעם. אונז האמיר שוין היינט אפילו אונזערע אייגענע נאצי/טעראריסטן/אנטיסעמיטן ליבהאבער וואס גייען זיך קושן מיט די גרעסטע שונאי ישראלים. אונז דארף מיר זיך מער נישט שעמען פאר וויליאמסבורג און בארא פארק וואס האבן די נטורי קרתא.
ווי יעדער איינער ווייסט שוין ליידט קרית יואל פין א מאנגל אין וואסער שוין פאר יארן. מיט א פאר יאר צוריק איז דער מעיאר אברהם ווידער אויפגעקומען אויף א געוואלדיגע פלאן אז קרית יואל זאל נעמען וואסער פון ניו יארק סיטי'ס רעזערווארס. ער האט אויסגעארבעט א פלאן, ס'האט געקלאפט הונדערט פראצענט.
ביז....... סאיז אנגעקומען די "אלייענס" און אויפגערייצט די שכנים קעגן קרית יואל (http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1212517) און מיט דעם געברענגט א שרעקליכע העצע קעגן הייליג שטעטל. אלע אנטיסעמיטן האבן זיך צאמגענומען אז זיי גייען באקעמפן די וואסער פון קרית יואל. זיי האבן געמאכט אסיפות ווי מען האט צאמגערעט גאר שרעקליכע דיבורים קעגן אידן. די לאקאלע ברענטש פון די קו-קלוקס-קלען האט זיך אויך צוגעשטעלט גאר שיין צו דעם קאמף קעגן קרית יואל. איין גרויסע אנטיסעמיט האט געשריבן א בריוו אז קרית יואלע אידן זענען בלוט זויגערס, זויגן אויס די גאנצע געלט פון די גויאישע שכנים, זיי פארלעשן נישט די וואסער גאנץ שבת און אנדערע געפערליכע ווערטער וואס מען האט שוין נישט געהערט זייט היטלער.
יעצט נאכ'ן אויפרייצן די גויאישע שכנים זענען געגאנגען די צינדערס און געלאפן צו די גוים שרייען "אחינו אתה", אונז זעמיר ברודערס, אונז זעמיר מיט ענק, אונז האמיר ענק ליב. אונז זעמיר קעגן די וואסער פייפליין, מיט א שרעקליכע עד וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די רעקארד היינט זונטיג.
ווי קומט אזא רשעות צו אידן? און נאכדערצו אידן וואס האבן זיך גערייצט מיט די גוים אויפן ערגסטן פארנעם, ווי גוט אויסגעשמיעסט אין אנדערע אשכולות?