לאמיך ענק דערציילן א מעשה. איך וועל עס מאכן בקיצור.
עס איז געווען בימים ההם, ווען דער רשכבה"ג מרן אדמו"ר זצוק"ל האט אויסגעדרוקט זיין באגער צו בויען א שטעטל. ס'איז געווען גאר שווער דאס צו ארלעדיגן. קיין שום גויאישע קאמיוניטי האט נישט געוואלט האבן קיין אידישע געגנט לעבן זיך.
ר' חיים הערש ליימזידער האט מקיים געווען רצון צדיק. ער האט זיך פארשטעלט ווי א גוי און שפאצירט מיט א הינטל און אזוי געגאנגען קיין מאנרא אפקויפן גרויסע שטחים, מכלומר'שט פאר א פארם. די גויאישע שכנים האבן גארנישט פארדעכטיגט און זיי האבן אלעס צוגעלאזט.
א שטיק צייט שפעטער האבן א גרופע מסירת נפש'דיגע אידן מקיים געווען דעם פסק פון רבינו זצ"ל, אראפגעלאזט קיין מאנרא און זיך אריינגעצויגן אין זייערע נייע הייזער.
ווי נאר די שכנים האבן געזען אז מען האט זיי מיאוס אויסגעשפילט האבן זיי געעפנט א בלוטיגן קאמפיין קעגן קרית יואל. קרית יואל האט פרובירט צו גרינדן אן אייגענע וויליזש אבער די שכנים האבן געטון וואס זיי האבן געקענט עס צו שטערן.
די פירערס פון דעם נייעם שטעטל זענען געגאנגען און געעפנט א שארפע קאנטער-קאמפיין. זיי האבן אראפגעריסן די שכנים אלס אנטיסעמיטן און אנגעקלאגט אלע מאנרא איינוואוינערס אין געריכט. חיים הערש ליימזידער האט זיך פארשטעלט ווי א גוי, געגאנגען אין באר און אנגע'שיכור'ט א לאיער פון די שכנים. יענער האט זיך פאררעדט און ארויסגעגעבן אלע סודות. אלעס איז געווען רצון צדיק. מען האט ח"ו זיך נישט גערייצט מיט די גוים.
אין איין שיינעם טאג שטעלט זיך אויף אן ארגאניזאציעלע, זיי זאגן אז זיי פארטרעטן 8,000 נפשות און זיי שטעלן אריין א מודעה אין דעם רעקארד אז יאקאבאוויטש/פריעדמאן/ליימזידער פארטרעטן נישט זיי און אז זיי האלטן אז מען דארף גיין נאר פרידליך מיט די שכנים.
אין זייער אדווערטייזמענט דערקלערן זיי אז זיי זענען קעגן גרינדן א ווילידזש אין קרית יואל ווייל מען רייצט זיך מיט די גוים, און ווילאנג מען זעצט זיך נישט אראפ מיט די גוים טאר מען נישט מאכן די ווילידזש.
יעצט שטעלט זיך די פראגעס?
1. וויאזוי האט רביה"ק זצ"ל רעאגירט צו דעם עד?
2. וויאזוי האט ר' לייביש יאקאבאוויטש רעאגירט צו דעם עד?
3. וויאזוי האבן די אנטיסעמיטן רעאגירט צו דעם עד?
אויף די דריטע שאלה האב איך אן ענטפער. דער פירער פון די אנטיסעמיטן האט געענטפערט די פאלגנדע ווערטער:
he appreciated the Kiryas Joel Alliance's call for better communication with the neighbors, but noted that opposing the village wouldn't answer his group's strongest concerns. Those concerns, he said, are that Kiryas Joel will expand into Woodbury