נא סקווער מילעך צו באקימען אין גראסעריס
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1213807
מיט פרייד איז אויפגענימען געווארען די גיטע נייעס אז מען קען שוין באקימען נא סקווער מילעך אין די קרית יואלע גראסעריס.
אנגעפאנגען פין די וואך מיטוואך.
דערווייל האט עס נאר גרענד פוד און לאנדא עצי תמרים.
גאלדען פלאו מאכט דעם טויט פאר גרענד פוד און סטראשעט אים מיט'ן ערגסטן, אבער ס'איז נישטא קיין שום ריזאן פארוואס קרית יואל'ער אידן זאלן נישט קענען האבן אן אויסוואל פון אפאר קאמפאניס.
איך געדענק נאך ווען גאב"ד קעי.דזשעי. האט מיט 14 יאר צוריק גע'אסר'ט די מילך.
מה נשתנה????
וואס האט זיך געטוישט איז אז ועד הכשרות האט געגעבן די השגחה אויף די מילך וואס קומט קיין קרית יואל.
קיין שום עסן פראדוקט קען היינט נישט אריינקומען אין קרית יואל (חוץ אין כולל גראסערי פון כעזקי בראך.....) אויב ועד הכשרות פון גאב"ד קעי זשעי לאזט עס נישט אריין
דאס מיינט אז יעדע זאך אין גראסערי האט א הכשר פון ועד הכשרות ק"י??
אויב נעמען 'התאחדות הרבנים'ס הכשר' הייסט נישט געטוישט
דארפסטו טאקע פרעגן די מה נשתנה
און אזוי ווייטער, ביז די ארבעה בנים...................
די פארגעסט אז אויסער פאליטיק, וואס איז "יא" איבעראל דא, אייביג געווען, נאך אלץ דא, וועט אייביג זיין
איז אויך דא אנדערע סיבות
אוי דו חכם פון די מה נשתנה...
"קאהאל" איז א פרישער פראדוקט אונטער'ן הכשר פון התאחדות הרבנים.
די סקווירא מילך איז די זעלבע פראדוקט וואס ירסל וואלדמאן האט געברענגט, טא פארוואס איז עס איצט יא מותר???
האט עס אוף זיך דעם זיגל פון ועד הכשרות ד'קעי.דזשעי.?
איך מיין אז דו ביזט טאקע גערעכט
ווייל וויבאלד ניו סקווער מילך איז די זעלבע ווי קהל/קאהאל
איז "טאקע" נישט קיין חילוק, אויב עס האט נישט קיין געהעריגע השגחה, און יוסף וואלדמאן ימ"ש ברענגט עס אריין
ווי ווען עס האט 'התאחדות הרבנים' הכשר, און עס האט א דיסטריביוטער וואס איז דא צו מאכן געלט, נישט צו צוברעכן
איך האב נארוואס אנגעטוען די "זאלי" גלעזער, און איך זעה אויך נישט קיין שום חילוק
אנשולדיגט, טעות לעולם חוזר.......................
האסט פארגעסן אויסצולאזן "און דא לאכט מען"... (מיט אן אהרונישער געלעכטער נוסח ש. משכיל).
טעיקיט איזי. פארוואס ימ"ש?
ער האט נישט געטארט מאכן קיין געלט, נאר דער יעצטיגער דיסטריביטור מעג מאכן געלט?
זעט אויס אז ר' מ.ג. פון גאלדען פלאו געט שוין נישט אומזיסט די מילכיגע פראדוקטן פאר גאב"ד קעי.דזשעי.
אנטשולדיגט
אבער ימ"ש פאר יוסף וואלדמאן, איז נאך אלץ גילטיג, טראץ די ליצנות, הפקרות, פורים, וואס הערשט אין סאטמאר די לעצטע 5 יאר
און בנוגע מ.ג. פון גאלדן פלאו, דאכט זיך אז קיין שום אהרוני, וועט נישט באדערן אז מר. גאלדן פלאו וועט איינזעהן אז פונקט ווי עס דארף זיין צוויי רבנים דארף זיין צוויי מילך קאמפעניס
און מר. קרית יואל, אנטשולדיגט, איך האב קוים באקומען שכל פאר מיר אליין, איך האב נישט גענוג צו פארטיילן פאר אנדערע
און נאכאמאל, ביזט 100% גערעכט, 1000% גערעכט נישטא קיין שום חילוק פון דעמאלטס ביז יעצט
ימ"ש פאר יוסף וואלדמאן, איז קיינמאל נישט געווען גילטיג, טראץ די ליצנות, הפקרות, און טעראר, וואס האט געהערשט אין סאטמאר ביז די לעצטע 5 יאר
ר' יוסף וואלדמאן שליט"א האט סך-הכל געטאן דאס זעלבע ווי דאס וואס די אהרונים זאגן אז זיי טוען היינט. עס איז נאר געווען אויף א מיניאטור וועג און טויזנט מאל מער אויסגעהאלטענער, ערליכער און מער גערעכט.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=808617קיינער דינגט זיך נישט אז עס מעג זיין קאמפעטישאן.
די שאלה איז נאר פארוואס ביז איצט האט נישט געטארט זיין???
נאר דער תירוץ איז: ווייל וויבאלד ר' מ.ג. פון גאלדען פלאו פלעגט אלע יארן געבן אומזיסט די מילך און דזשוס פראדוקטן פאר גאב"ד קעי.דזשעי. און יאסל וואלדמאן האט נישט געהאלטן ביים געבן אומזיסט האט נישט געמעגט זיין קיין קאמפעטישאן אין מאנראו.
אבער איצט האט זיך עפעס געטוישט: אדער האט ר' מ.ג. אויפגעהערט צו געבן אומזיסט פאר גאב"ד קעי.דזשעי. אדער האט אן אהרוני אנגעהויבן דיסטריביוטן די סקווירא מילך און ער וועט אויך געבן אומזיסט.
און בנוגע יאסל וואלדמאן איז בכלל נישט קיין פארגלייך מיט איצט:
וואלדמאן האט נישט געקלאגט די קהילה אין קאורט ווייל ער האט געהאלטן טז די קהילה איז זיינס. ער האט געקלאגט קעגן די רציחות און שפיכות דמים וואס גאב"ד קעי.דזשעי. האט אנגעפירט קעגן אים און קעגן די בני יואל ווייל זיי האבן געגרינדעט אן אייגענע קהילה און מוסדות אין קרית יואל. ער האט געפאדערט צו לאזן לעבן רואיג "יעדן" איינעם אפגעזען וואו ער באלאנגט.
אבער די אהרונים זענען אריין אין קאורט קלאגן די קהילה ובראשם כ"ק רבינו שליט"א מיט די טענה אז די קהילה איז זייערס. קיינער האט זיי נישט געטשעפעט און זיי האבן זילך געקענט רואיג לעבן ווייטער. אדרבה, עס וואלט קיינעם נישט געשטערט ווען די אהרונים מאכן זיך אן אייגענע קהילה און מוסדות אין וויליאמסבורג פונקט ווי די בני יואל און די זאלונים האבן געטאן אין קרית יוטל.
ספעציאליסט
א יישר כח פאר'ן ברענגען דעם בריוו פון וואלדמאן.
עס איז געוואלדיג.
גערעכט גערעכט גערעכט
אלע האלטן אז מען דארף זאגן להבדיל צווישן די אהרונים און יוסף וואלדמאן
די שאלה איז נאר וועלעכע וועג איז דאך גוט
און קרית יואל, ביזט נאכאמאל גערעכט, אויב דו האלטסט אז מרדכי גוטמאן האט סיי ווען געגעבן א פעני פאר קרית יואל רב, ביזטו גערעכט, ווייל דו ביזט נישט שולדיג, פשוט ווייל די קענסט נישט מרדכי גוטמאן
און נאכאמאל ביזטו גערעכט, ווייל מען האט "קלאר" נישט אריינגענומען ניו סקווער, נאר וועגן יוסף וואלדמאן האט נישט געוואלט געבן מילך פאר 5 סאנז קארט
און "בשום אופן" נישט געווען די סיבה וועגן די השגחה, ביזט גערעכט דערין, און איך גלייב נישט אז איינער קען מחולק זיין, מיט אזא קלארע פאקט
ס'איז פשוט און גראד.
מרדכי גוטמאן האלט אז עס דארפן זיין צוויי רבנים אין סאטמאר, אבער ער קען נישט פארשטיין וויאזוי עס קענען זיין צוויי מילך קאמפאניס אין קרית יואל.
יעצט וועט ער עס עעעענדליך אנפאנגען צו פארשטיין.
עס קימט זיך א גרויסען יישר כח פאר "ספעצעליסט,אין פאר קרית יואל", אין פאר "געזעגענען" פאר ברענגען דעם בריף פין המסור יוסעל ןאלדמאן
(הגם סוואלט וויכטיג געוועהן ווען "געזעגענען" וואלט אויך געברענגט די קלאגע-מסירה פין המסור יוסעלע וואלדמאן וואס ער אין זיינע חברים האבען אריין געשיקט אין קארט אז מוה ר אהרן צווינגט די וויבער פין קרית יואל צי גיין צניעותדיג אין אראפגעדעקט דעם שייטעל)
איך האלט אז די שיטה פין "ספעציעליסט אין קרית יוואל" איז זייער וויכטיג כדיי עס זאל זיין א גרעסערע אויסוואל פין אלע פראדאקטון,אין מזאל קיינעם נישט צווינגען וואס איינציקויפען
אין די זעלבע דארף געזאגט ווערען וועגען די געשעפט פין משפחה פין מסור יוסעלע וואלדמאן אין וויליעמסבורג, די קינדער קליידער געשעפט "סימיס פין לאנדאן"אויף בעדפארד עוו. אז יעדער האט א רעכט דארט איינציקויפען אהרונים אבער זאליז
אין פינקט אזוי האט יעדער רעכט איינציקויפען קינדער קליידער אויף לי עוו, צי ווייל די סחורה איז בעסער צי וייל ער האט בעסער ליב די פאליטיק פין א געוויסען קליידער סוחר אויף LEE. AVE.
אין די זעלבע האט יעדער אין וויליעמסבורג א רעכט צי קויפען סיי וועלכער מילך ער וויל GOLDEN FLOW אבער NEW SQUARE צי וויל ער האט בעסער ליב די QUALITY פין איין מילך אבער וויל ער האט בעסער ליב די פאליטיקס פין איין סוחר אז פינקט אזוי וויא עס קענען זיין צויי רביס אין שטאט קען אויך זיין צווי BRANDS פין מילך אין שטאט
איך האלט אויך בכלליות אז קאמפעטישאן איז גוט, און עס דארף זיין אויף יעדע זאך עטליכע סוחרים וועלכע זאלן האלטן די פרייזן נידריג, און נישט מאניפולירן דעם מארקעט.
די זעלבע איז געזאגט געווארן ביי מילכיג'ס אין פליישיג'ס, וויין, מצות, טעקסי, און טאקע אויך ביי רבנים.
אוודאי איז וויכטיג אריינצוברענגען אין קרית יואל וואס מער קאמפאניס, און עפענען נאך פרישע גראסעריס, וועלכע זאלן טאקע קאמפיטן איינער מיטן צווייטן און נישט מאכן קיין "יד אחת" קעגן די ארימע קאסטומערס, אזוי וועלן די פרייזן פאלן, און משפחות געבענטשע קינדער וועלן נישט דארפן אזויפיל איבערצאלן.
אבער דאס וואס באראששש פארשטייט אז צו באשטראפן א איד מיט זיין פרנסה ווייל פאר זיך פריוואט האלט ער אנדערש ווי איך, דאס איז סתם מידות מגונות. ממילא ווען יעדער רודערט, אזוי ווי יאסל וואלדמאן בשעת ער האט גערופן ר' אהרן אין קאורט (אים צו צווינגען צו גיין צו דין תורה זייענדיג א מסרב לדין), פארשטיי איך אז איינער האט נישט געוואלט נוצן זיין טעקסי. הגם עס איז אפשר נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה, אבער ס'איז פארשטענדליך.
משא"כ ווען א מענטש פירט נישט מיט דיר קיין מלחמות, ער האלט נאר פריוואט אז זיין רב איז חשוב'ער און ערליכער פון דיין רב, האסטו נישט קיין רעכט אלס איד און אלס מענטש אים צו באיקאטירן.
איי דאס איז דער דרך פון די אהרונים אין קרית יואל? דאס קומט טאקע פון די מידות מגונות וואס מען האט זיי אויסגעלערנט.
איך פערזענליך קויף איין בקביעות ביי אן אהרוניש געשעפט, כאטש ס'איז באקאנט פאר יעדן אז דער בעל הבית אין די ארבעטער זענען שטארקע אהרונים, ווילאנג זיי שטעלן מיר צו קאסטומער סערוויס, און פרישע סחורה, פלאן איך נישט אוועקצוגיין, כאטש ער דאווענט שבת אין א אנדערע שול ווי איך....
מר. באראשששש....
מיט דעם וואס דיין קיבארד איז צובראכן און די לייגסט אריין איבעריגע עין'ס און שין'ס ווערט נאך נישט "פשוט און גראד" אז מידות מגונות איז אויסגעהאלטן... אבער איך באשולדיג דיך אינגאנצן נישט, האסט פון וועמען זיך צו לערנען. און ביזסט נישט דער איינציגסטער אהרוני וואס באיקאטירט נישט אהרונישע געשעפט.
אבער זיי נישט באזארגט, די אלע אידן האבן ב"ה פרנסה, דער "זן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כנים", האט צוגעשטעלט הונדערטער משפחות נישט אהרונים אין קרית יואל, וועלכע שטיצן יא די אלע געשעפטן.
5 גארפילד, מיינע ווערטער זענען געווען געוואנדן צו אזעלכע אויבער חכמים ווי דו וואס מישן אריין פאליטיק אין יעדע זאך. אויב ווילט עטס רעדן פאליטיק וועל איך אויך רעדן.
איך וויל נאר וויסן איין זאך פארוואס יאסל וואלדמאן, וועמען דער רבי שליט"א האט געשאלטן מיט 15 יאר צוריק, איז געווארן ביי ענק א צדיק, כאטש ער האט נאכנישט באקומען קיין הכשר פון קיין איין ערליכער איד
און ניו סקווער מילך, וואס מען האט נישט אריינגעלאזט אין קרית יואל מיט 15 יאר צוריק דארף בלייבן טריפה, כאטש ס'האט באקומען א הכשר פון ועד הכשרות פון קרית יואל.
איך האף אז דו וועסט עעעעעעענדליך פארשטיין וואס איך וויל.
5_גארפיעלד
דער תירוץ איז פשוט, ווי לאנג די אייגענטימער פונעם געשעפט ווילן ענדערשט פאלגן דעם רב און די ראשי הקהלה וועלן זיי אריין נעמען די פרדאקטן וואס זיי ווילן, און אז זיי באשליסן נישט אריין צו נעמען יוסעלע וואלדמאן'ס מילך האבן זיי די רעכט דאס צו פארסירן, פונקט אזוי ווי אין חרדים, סאסמאן, בני יואל, שארמאש, רעבעצין, וכו' לאזט מען נישט אריין דעם ספר הק' ברך משה, און קיינער קען זיי נישט אנטיילן אדער צווינגען אז זיי מוזן דאס אריין נעמען, ווייל זיי זענען דארט בעל הבית, די זעלבע דא אויך, ווי לאנג אברהם ווידער איז מעיאר און דוד עקשטיין איז ראש הקהל און ר' אהרן איז רב, וועלן זייערע מענטשן זיי פאלגן און קיינער קען זיי נישט צווינגען צו טון אנדערשט. און לאו דוקא ווייל עס איז נישט כשר, עס מעג זיין פאליטיש געשטימט, עס איז נישט מעלעריש, ווי אזוי שטייט אין פסוק "אזוי איז עס און אזוי וועט עס זיין",
תוקן על ידי - yosefelye - 13/12/2004 22:44:55
באראשששששש!
איך האלט נישט אז ניו סקווער מילך איז טריפה, איך האלט אז די סקווערע בי"ד איז א גוטע הכשר. און איך האלט בכלליות אז מען דארף האבן קאמפעטישן, אבער אויב דער געדאנק איז לקנתר צו טשעפען איינעמס פרנסה וועגן פאליטיק, דאן איז עס נישטא אויסגעהאלטן.
ר' יוסף וואלדמאן איז ביי קיינעם נישט געווארן קיין "צדיק", נאר מען האט אים עעעעעעעעעעענדליך אנגעהויבן צו פארשטיין, און ער איז פשוט געווארן דער "רבי" פון די אהרונים.
די זעלבע טענה וואס ער האט גענוצט, אז ער מעג גיין בערכאות ווייל ער האט אליין מחליט געווען אז אהרן טייטלבוים איז א "מסרב לדין" און ער האט דעפאזיט זיין היתר ביים ווינער רב, די זעלבע זאך האבן אים זיינע אהרונישע תלמידים נאכגעטאן, זיי זענען געגאנגען בערכאות של עכו"ם מיט'ן אליין ערקלערן אין בלאט אז קהל יטב לב זענען "מסרבים לדין", און ווי ש. משכיל האט דערקלערט ביי זיין כולל דרשה אז ער שעמט זיך אפילו נישט צו גיין בערכאות...
נאר וואס דען, די אהרונים זענען מחכימים את רבם, זיי זענען געגאנגען אסאך ווייטער פון אים. אבער ס'איז זיכער אז רבי יוסף האט געטאן כנגד הלכה, און כאטש ער האט אסאך אויפגעטאן אפצושטעלן טעראר אין קרית יואל, איז זיכער אז ווען ער פירט זיך ווען על פי תורה וואלט ער אסאך ווייטער אנגעקומען. בדרך אגב, ער פלעגט טענה'ן אז ער האט יא אן הכשר פון אסאך ערליכע אידן, און עס ליגט אין ווינער רב'ס לעדל צוזאמען מיטן היתר אויף ערכאות.
יוסף אלי' איך הער וואס דו זאגסט, און איך פארשטיי דעם כעלעמער שריט פון נוצן די "גראסעריס" אלס פארטייאישע מאשין גאנס.
ווילאנג די גראסערי אייגענטימער ווילן זיך אנגעהערן צו ר' אהרן און דאווענען אין די ווייסע שוהל, רעספעקטיר איך זייער רעליגיע, עס שטערט מיך בכלל נישט צו קויפן ביי אן אהרוני וואס באנעמט זיך צו מיר מיט רעספעקט, כנ"ל. כאטש יעדער וואס איז באקאנט מיט דעם מצב אין קרית יואל, ווייסט אז די קאסטומערס ווערן פשוט בארויבט, ווייל די דריי גרויסע גראסעריס האבן געמאכט א יד אחת צו קאנטראלירן די פרייזן, אבער דאס טוען זיי כאטש אויף צו מאכן געלט, און איז נישט געצילט ראסיסיסטיש, די אהרונים באקומען נישט קיין ארדערס פאר ביליגער ווי די זאלונים אדער בני יואל, אויב אבער איז טאקע דער מצב אזוי אז די גראסעריס פירן קריג קעגן קאמפאניס אדער דיסטריבוטערס און סופלייערס וועגן אהרונישע פאליטיק, דארף מען זיך אנשטרענגען באצייטנס פון זיי פטור צו ווערן.
דערפאר האלט איך טאקע אז דער נעקסטער שריט פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך נ"י דארף טאקע זיין צו עפענען א ריזיגן סופערמארקעט, צו קענען קאמפיטן מיט די אהרונישע גראסעריס, אזוי וועט קיינער נישט בא'עוולה'ט ווערן, און די איינוואוינער וועלן הנאה האבן.
ביזט גערעכט אז די גראסערי אייגענטומער זענען מעמבערס אין קהל יטב לב, און זיי זענען בארעכטיגט צו פאלגן דעם ראש הקהל און דעם רב פון זייער קהלה. אבער אין די זעלבע צייט וועט קיינער אויך נישט קענען צווינגען דעם גראסערי אייגענטומער וואס וועט זיין א מעמבער אין קהל "ויואל משה", צו אנפירן זיין ביזנעס מיט'ן חשבון פון מאכן געלט און זיך רעכענען מיט די געפילן פון אלע קאסטומערס נישט צו מישן קיין פאליטיק אין די ביזנעס.
און אז דו רעדסט שוין פון דעם רה"ק דקהל יטב לב ק"י, פרעג זיך נאך צו ער מישט פאליטיק אין זיין אייגענע ביזנעס, אדער ער פארלאנגט דאס נאר פון די תמימות'דיגע גראסערי אייגנטומער???
סייווי איז היינט קרית יואל א ריזיגע שטאט פון טויזנטער איינוואוינער, און ס'איז דא פלאץ פאר יעדן איינעם, אזוי וועלן זיי נישט קיין סאך דערלייגן, און נאך אידן וועלן האבן פרנסה, און ספעציעל א גראסערי וואס איז באוואוסט אלס גאלדן גרוב, אין וויליאמסבורג זענען דא עטליכע גראסעריס אויף יעדע גאס און יעדער מאכט געלט, פארוואס איז אין קרית יואל דא אזוי ווייניג גראסעריס???
באמת האט שוין ר' יחזקאל לאנג צוריק פארשפראכן אז ער גייט דאס טאן, און איך ווייס טאקע נישט פארוואס ער האט עס נישט מקיים געווען. קען זיין אז ער האט געהאט וויכטיגערע זאכן אינצווישן צו ערלעדיגן, אבער עס איז צום האפן אז ער וועט זיך נעמען דערצו מיט ערנסטקייט.