היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שאלות פאר אינטרעסאנטקייט פון מיין שמחה

שאלות פאר אינטרעסאנטקייט פון מיין שמחה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1213772

jewboy » 10/12/2004 03:47


1] וואס האט איר געטראכט ווען איר האט געזעהן דעם מזל טוב אשכול?

2] ווי האט איר געהערט אז איך בין א חתן חוץ הייד פארק?

3] האט איר געוויסט איך בין נאך א בחור?

4] איר גלייבט טאקע אז איך בין א חתן, אדער ס'איז נאר א דזשאק די גאנצע זאך?

5] פלאנט איר צו קומען צו מיין חתונה?

6] פלאנט איר צו קומען צום פארשפיל אויב ס'וועט זיין אין אמעריקע?

7] ווי אזוי מיינט איר וועט די פארום אויסקוקן נאך מיין חתונה?

8] ווער וויל לויפן אלץ קאנדידאט פאר מנהל משנה?
א ניק וואס האט א נגיעה צו א געוויסע פארטיי קען נישט זיין קיין קאנדידאט.

9] א פרייליכן תמיד.

שדים_טאנץ » 10/12/2004 03:51

דזשובוי ווען איך האב געהערט אז דו ביסט א חתן האב איך מיך געציפט. איך האב געוואלט זיכער מאכן אז איך בין אויף און איך שלאף נישט...

אבער איך גלייב נאך אלס נישט ביזט א חתן. סיאינג איז בעליווינג. ווייז א בילד פון די כלה...

ס'איז טאקע זייער א וויכטיגע זאך דו זאלסט מאכן א פארשפיל אין אמעריקע. איך מיין דו ביסט דאך געווען מיט אונז אלע יארן. ס'איז נישט מער ווי יושר.

KJAlliance » 10/12/2004 05:37

אויף פראגע 5, אפשר,

אויף פראגע 6, זיכער,

מען דארף דא אויפנעמען א עסקן, און מיר אלע וועלן באצאלן דערפאר

נו, זאל איינער זיך מנדב זיין, און מיר וועלן מנדב זיין דאס געלט

Ziskeit » 10/12/2004 10:26

דזשובוי, ביסט אמת'דיג א בחור?

איך האב געמיינט אז דו האסט חתונה בזיוג שני...

אבער אדרבא, זאג אונז ווען די חתונה וועט זיין און מיר וועלן זיך אנשטרענגען צו קומען.

א פארשפיל אין אמעריקע איז נישט אן אפשען, ס'איז א "מוז". דו קענסט אונז נישט איבערלאזן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן אן א גוטן טאג!

caiim » 10/12/2004 10:32

פרעגסט זייער גוטע שאלות אבער קודם גרייט אן אסאך כרטעס אויף פארשפיל אין אמריקה צוייטינס די אלע שאלות איז ווייל דו ביזט אוילך נישט זיכער אז דו ביסט א חתן וואס וועל איך דיר ענטפערין אויב בכלל לעבסט דו און אלע אין עולם הדמיון די שאלה איז נאר דמיון המציאות או מציאות הדמיון מיט דעם וערט שוין לדעתי אלעס פארענטפערט
מזל טוב און נאכמאל מזל טוב איינמאל פאר עולם דמיון המציאות און 2 פאר מציאות הדמיון

caiim » 10/12/2004 10:34

פאר וואס ביזטו נעכטין נישט געקומען צום שיעור האסט דאך געפרעגט ווען איז דער שיעור מי האט אן געגרייט פאר דיר עקסטער לביבות און אוליםשעס און דער חתן איז נישט געווען חאטשיק ווען דו שיקסט די כלה

usa44 » 13/12/2004 06:00

1] סורפרייזט.

2] אין שול/ארבייט.

3] ניין.

4] דאס דארף נישט קיין ענטפער.

5] איני יודע.

6] כנ"ל.

7] א רחמנות.

8] טליתבייטעל.

shia550 » 16/12/2004 01:57


1 ITS ABOUT TIME.

2 אין מקוה.

3 יא

4 IT BETTER BE TRUE

5 אז עס וועט זיין א טשארטער אוודאי.

6 וואס סערווירט מען ביי א פארשפיל? ביסט א רעביש אייניקל? אז די מאכסט א פארשפיל.

7 עד הנה עזרינו רחמיך ולא עזובינו חסדיך.

8 וואס איז שלעכט מיט די ביז יעצטיגע הנהלה?

9 וכן למר.