היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » לייענערס רעאגירן אויף צייטונגען – וישב

לייענערס רעאגירן אויף צייטונגען – וישב

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1207657

פומבדיתא » 5/12/2004 07:53

קרית יואל פארמאגט שוין היינט קע"ה אפאר צייטונגען עס וואלט שוין פונלאנג געדארפט זיין אזא אשכול
אבער בעסער שפעטער איידער קיינמאל

און דעם אשכול וועט מען קענען דעבאטירן יעדע וואך אויפ'ן דזשורנאל/בולעטין (ביטע נישט דא אריננברענגען דעם "באריכט" סיי וועגן די ארויסגעבער עפענען שוין אן אייגענען אשכול, און סיי צו האלטן דעם אשכול אויף א ערנסטן ניווא)

דער דזשורנאל האט זיך ב"ה דעע וואך פארברייטערט סיי מיט ארטיקלען און סיי מיט אדווערטייזמענטס
זי י האבן צוגעלייגט 2 אינטערעסאנטע זאכן, 1) די זמנים אויפן פראנט פעידזש 2) א פעידזש מיט פיקטשערס פון ארום די וועלט (ביז יעצט האט מען געמוזט קוקן אונעם קעי דזשעי קאמיונטי)

דער בולעטין האב איך נאכנישט אנגעיאגט ארויסצונעמען פון פאסט קעסטל, אבער איך פארלאז זיך אויפן חזקה,

davka » 5/12/2004 08:22

פארוואס נישט שרייבן אויך וועגן באריכט?

מיר דיסקרימינירן נישט קעגן קיינעם.

אדרבא, ווער עס האט וואס צו קאמענטירן איבער דעם באריכט, זאל עס טאן.

גולםקלאץ » 5/12/2004 20:11

די נייעס און ארטיקלען אין בולעטין קוקט אויס סאך מער פראפעשאנעל געשריבן.

בכלל קוקט די בולעטין אויס צו זיין מער אויף א הויכן ניווא.

ביי די זשורנאל איז די גאנצע פראנט פעידזש עדס אין נאר אביסל איז נייעס. האט איר שוין געזען אמאל אזא זאך אין א צייטונג? איך נישט.

טראקדרייור » 6/12/2004 01:14

איך האלט אז דער בולעטין האט בעסערע ארטיקלן
אבער דער דזורנאל האט פיל מער עדווערטייזמענטס
לכאורה וועט דער בולעטין נישט אנהאלטן צו לאנג

KJAlliance » 6/12/2004 02:16

טראק דרייווער

עתידות לאז פאר די צייט אפצומאכן

טראקדרייור » 6/12/2004 03:05

איך לאז
איך זאג נאר מיין אפיניון
איך האף אז דאס לאזטו

newssource » 6/12/2004 03:13

davka
מיר קענען נישט שרייבן און\אדער דיסקוסירן וועגן באריכט אין דעם אשכול נישט צוליב דיסקרימינעישאן נאר דא וועט מען רעאגירן איבער וועכענטליכע אויסגאבעס ווצב"ש בולעטין בלאט דזשורנאל איד
די אנדערע ביי-וויקלי (באריכט) און ביי-מאנטלי (המספיק) לאז איבער כדי די שרייבער זאלן נישט ווערן קאנפיוזד




נ.ב. עס איז שוין דא א אשכול איבער המספיק גאזעט אויף חדשות אנ"ש
LINK
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1206340

פומבדיתא » 6/12/2004 05:06

טראקדרייווער
פון אנפאנג האט טאקע אויסגעקוקט אז דער בולעטין וועט זיך פארשפארן אבער צוביסלעך האט ער זיך צוריק ארויפגערוקט אויף די שינעס (און די לעצטע פאר וואכן האט ער שוין מער עדוועטייזמענטס ווי דער דזשורנאל)
אויך מיזטו פארשטיין אז דער בעה"ב פון דער בולעטין איז נישט אזא מענטש וואס זאל אזוי שנעל אויפגעבן אפילו ס'וואלט אים געגאנגען שלעכט, דא האנדלט זיך פון 2 הארטע ניסלעך ס'וועט זיך נישט אזוי שנעל ענדיגן מיין איך

אזוי צי אזוי האמיר אונז ב"ה יעדע וואך א שפע פון צייטונגען איינס בעסער פון צווייטן, ווי זאגט דער וועלט "קאמפעטישאן איז גיט פאר די וועלט"

[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 7/12/2004 03:51

איך מיין אז די בולעטין בעט סאך טייערער ווי די זשורנאל.

אויב דאס איז אמת קען איך פארשטיין פארוואס זיי האבן ווייניגער עדס.

גולםקלאץ » 7/12/2004 05:04

זיי בעטן טייערער ווייל זיי האבן פארוואס. זייער צייטונג איז אויף סאך א העכערע סטאנדארט.

און אויב זאגסטו אז די זשנרואל האט מער עדס האסטו שוין לאנג נישט געליינט די 2 צייטונגען. די בולעטין האט שוין א שטיק צייט מער עדס. די וואך איז די בולעטין 48 פעידזשעס און די זשורנאל נאר 36.