היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער רבי שליט"א איז מוחל

דער רבי שליט"א איז מוחל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1207122

jewboy » 4/12/2004 18:15


פאריגע וואך בין איך געווען ביי איינס פון די רבנים פון וועם איך פלעג נעמען בילדער אין ניו יארק, און דארט ביי יענע חסידות האט מען נישט אזוי שטארק ליב בילדער, איך האב גענומען קורזאש און ארויף געגאנגען די סטעפ'ס וואס פירט צו היים פון יענע רבי, איך האב געבעטן דעם גבאי זאל מיר אפשרייבן א קוויטל, דער גבאי קוקט מיר אן, "וואס טוסטו דא" שוין באין ברירה דער גבאי שרייבט מיר א קוויטל, איך גיי אריין צום רבי'ן.

דער רבי פרעגט מיר
איר רעדט יידיש?

(איך)
יא!

(רבי)
ווער זענט איר?

(איך)
דער און דער, מיין ברודער איז דער און יענער

(רבי)
אוה יעמאלט האט איר דאך א חשוב'ן ברודער

(איך)
יא יא ער איז א יוד א עובד ה'

(רבי)
[ליינט דעם קוויטל און וואונטש מיר אן]

(איך)
כ'האב געוואלט בעטן דעם רבי'ו זאל מיר מוחל זיין

(רבי)
וואס דארף איך אייך מוחל זיין?

(איך)
איך בין אמאל געווען א פאטאגראפירער און כ'האב גענומען בילדער פון רבי'ן שלא ברצונו

(רבי)
נא ס'גארנישט איך ווייס נישט פון דעם

(איך)
אבער פארט איז מיר דער רבי מוחל?

(רבי)
דער רבי געט מיר די האנט איך בין אייך מוחל במחילוה גמורה
און דער רבי האט מיר אנגעוואונטשן הצלחה מיט אלעם וואס כ'ברויך.

כורמיזא » 4/12/2004 19:08

כלהכבוד
האסט חרטה געהאט אויפן נעמען די בילדער???

jewboy » 4/12/2004 19:24


שכויח

קעכער » 4/12/2004 23:26

דז'בוי ...

תכניס איזה תמונה שלו....

אינגערמאן » 5/12/2004 04:27

נו אז דער רבי איז אזא צדיק וואס איז מוחל במחילה גמורה פאר דער וואס האט איהם ווייג געטוהן, נו גיבזשע א בילד פונעם רבי'ן, והיו עיננו רואות

באראפארקער » 5/12/2004 07:40

דזאבוי,
ביסט נאך אין א"י?

kelloggs » 6/12/2004 10:29

jewboy
וועלעכע רבי איז דאס נעווען?????

קרינסקי » 27/12/2004 06:04

אפשר די קפידה פון דעם רבי איז אראפ, און לכבוד דעם האט אונזער חשובער JEWBOY געמאכט אזא שיינער שידוך.