היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלייענס בריוו צו אברהם ווידער

אלייענס בריוו צו אברהם ווידער

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1206273

זשוליאני08 » 3/12/2004 19:28

ס'איז דא עפעס א בריוו וואס די אלייענס האט געשיקט פאר אברהם ווידער. איינער ווייסט דערפון?

קריתיואלער » 3/12/2004 21:42

יא, געהערט אין בית המדרש דערוועגן. פנחס יאקאבאוויטש האט געשיקט א בריוו צו אברהם ווידער אז די ווילעדזש ווערט געפירט דורך יונגע ראצערס, און אז עס פעלט זיך שטארק אויס פאר די נחיצות הענין אז מען זאל אויפנעמען אזעלכע עלטערע זקני חסידי רביה"ק זצוק"ל ווי ער...

באראש » 3/12/2004 21:47

חברה דא עטץ. נאט ענק

מיידלעך שטערן און פנחס יאקאבאביטש ווילן מען זאל סטאפן די התגרות באומות.

זיי ווילן מען זאל זיי פרעגן וויזוי מען דארף פירן א ווילידזש אן מאכן התגרות באומות
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 3/12/2004 21:56

דא קען מען זען וואס קריתיואלער האט געשריבן וויזוי פנחס יאקאבביטש זאגט אז די וויליזש זאל אויפנעמען ערנסטע 75 יעריגע אידן וואס קענען די דעת רבינו אזוי ווי ער...
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 3/12/2004 22:09

ישר כח באראש.

רעדנדיג פון התגרות באומות, אפשר קען איינער אריינסקענען ר' שלמה יאנקל געלבמאנ'ס ספר "רצון צדיק", וואס ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה האט געטאן קעגן די שכנים פון קרית יואל "בימים ההם", ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט אונז און נישט געוואלט צולאזן א קריה, וויאזוי ער האט אנגעקלאגט יעדן איינוואוינער פון מאנרא עקסטער אויף די ערגסטע קלאגעס.

פארוואס "בימים ההם" ווען מען האט אנגעקלאגט פריוואטע מענטשן האט עס געהייסן "רצון צדיק".
און "בזמן הזה" ווען מען קלאגט נישט אן פריוואטע מענטשן הייסט עס "התגרות באומות"?

א חידה פליאה.

איך געב הונדערט דאלאר פאר דער וואס געט מיר א נארמאלע ענטפער דערויף.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 03/12/2004 22:13:49

באראש » 5/12/2004 02:34

זיי שרייבן אין בריוו אז מען דארף אויפנעמען אזעלכע אידן וואס
די יסודות וואס רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט שטייט פאר זייערע אויגן און וואס פארשטייען וויאזוי עס דארף צו זיין דער צוגאנג פון א "גלות איד" אין די באציאונגען מיט די נישט אידישע שכנים

אקעי נאו פראבלעם, לאמיר קוקן וויאזוי די זקני חסידי ותלמידי רבינו הקוה"ט זי"ע און די היינטיגע פירערס פון קעי דזשעי אלייענס האבן זיך אויפגעפירט. זיי דארפן דאך זיין א מוסטער פאר אונז.


ר' מנשה בירנבוים
הרב משה בער קויפמאן
ר' יחזקאל בראווער
הרב (ראביי) ישעי' יעקב שטויבער
ר' הערשל ווייס שו"ב
ר' סענדער ענגל
די משפחה פון ר' אברהם יושע פריינד מהאלייענס
ר' יצחק טירנויער


זיי קלאגן אן אין קאורט:
1. טאון אף מאנרא
2. טאון באורד
3. זאונינג באורד
4. ניו יארק סטעיט
5. בילדינג קאנסטראקשען דעפארטמענט
6. האוזינג דעפארטמענט
7. ניו יארק סטעיט עקזעקוטיוו דעפארטמענט
8. ניו יארק באורד פון פייערלעשערס

[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 5/12/2004 02:42

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 5/12/2004 05:34

און די צעטלעך וואס די אלייענס האט געהאנגען שבת, מעלדן זיי אז זיי גייען אריינלייגן א הסברה און רעקארד

איך שטעל מיר פאר אז און די הסברה וועלן זיי אויפקלערן אז נאר זיי פארשטייען דעם ריכטיגן דרך ווייל נאר זיי האבן זיך געווייקט ביים רבין און די ווילידזש חברה נישט, און אויך אז די ווילידזש ווערט געפירט דורך יונגע חברה (אונטער 75) און אז נאר די ווילידזש חברה פלאנען צו האבן 12-16 קינדער און אונז נישט וגו'

[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 5/12/2004 05:41

אויב גייען זיי דאס טאן וועט מען אי"ה אריינלייגן אן עד מיט דאקומענטן אין די רעקארד (אריינגערעכנט די דאקומענטן וואס באראש האט געפאוסט) צו דערמאנען פאר די גוים די מעשים טובים פון די חברה ווען זיי זענען געווען באלעבאס, וויאזוי זיי האבן זיך נישט גערייצט מיט די גוים נאר אויסגעפירט "רצון צדיק". מען וועט דערמאנען פאר די מאנרא גוים וויאזוי יעדער פון זיי איז אנגעקלאגט געווארן אין געריכט, דורך די זעלבע מענטשן וואס זאגן זיי אז זיי ווילן זיך אויפפירן פרידליך מיט די גוים.

מען וועט אי"ה מאכן א קאמפיין אין בית המדרש צו צאמנעמען געלט פונעם עולם פאר דעם צוועק.

באראש » 5/12/2004 08:35

פרישע סחורה הייס פון אויבן.

דא האט עטץ נאך צעטלעך פון די זקני חסידי ותלמידי ה'אלייענס זצ"ל וויאזוי מען דארף זיך פירן ווען איך זאג יא און די גוי זאגט ניין

דאס איז אן אנדערע לאוסוט פין 976'
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 5/12/2004 08:48

קוקטס וויזוי רבי ישעי' יאנקל שטויבער האט פארגעסן צו סיינען "ראביי" האט ער עס געמוזט צישרייבן נאכדעם...
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 5/12/2004 11:25

די מערסטע האט מיך געמאכט לאכן די אונטערשריפט "ראביי".

האט איר שוין אמאל געזען א מענטש אונטערשרייבן מיט זיין טיטול? ווי למשל "פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש" אדער "גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי"???

קריתיואלער » 5/12/2004 21:01

אין די היינטיגע רעקארד קען מען זען אביסל מער ווער עס איז שולדיג אין די אנגעצויגענע מצב. די רשעים וואס זענען געגאנגען פונקט יעצט אין אזעלכע אנגעצויגענע צייטן ון אריינגעגעבן א אפליקעישאן פאר אנעקסעישאן. יעצט האט עס מיאוס בעקפייערט.

ווי שלעכט און נאריש דארף מען זיין דאס צו טאן.

דאס איז וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט איבער די צינדערס וואס פרובירן צו פארלעשן די פייער.

KJAlliance » 6/12/2004 02:15

וואס פארשטייט איר נישט דעם חילוק

ווען 30 אידן, מאכן אפ, אז זיי גייען זיך אריין ציען צווישן מאסן גוים, און די 1000 גוים [פאר אזויפיל האט מען געשיקט 'סובפינעס'] זענען נישט מסכים,

איז דאס ריכטיג "נישט" התגרות באומות

אבער, ווען די לאקעלע גאווערמענט, אין אוזער פאל, היימישע חסידישע אידן, טוען פעולות, אז דער ציבור פון טויזענטער משפחות פון צענדליגער טויזענטער נפשות, זאלן האבן, "יא איר הערט גוט" וואסער צו טרינקן

איז דאס ריכטיג "יא" התגרות באומות

איך פארשטיי אינגאנצן נישט, וואס עס איז דא צו פארשטיין

איך גלייב אז דער שוואנץ שטויבער, וועט האבן דעם זעלבן תירוץ

...............

נו, וויאזוי רעד איך אויב די ליבלינג, פון די הייליגע .........

באראש » 1/2/2005 16:07

די בריוו איז געווען אין באריכט פאריגע וואך.

ליינט און האט הנאה וויזוי ער שרייבט איבער די חילוק פון די ווילידזש וואס ווערט אנגעפירט דורך איינעם וואס האט נישט אינזער השקפה און די ערליכע עלעמענט אין קרית יואל, די תלמידי רביה"ק וואס ווייסען וויזוי מען דארף האנדלען מיט גוים.

איך האלט אז די בריוו קומט אריין אין דעם אשכול, ווייל דא זעט מען וויזוי די מענטשן האבן געהאנדלט מיט גוים.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זאליweaky » 1/2/2005 21:48

ניתי ספר ונחזי !!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

זאליweaky » 1/2/2005 21:59

אגב, וויאזוי קען מען באקומען געריכט פאפירן אויפן אינטערנעט ???

תוקן על ידי - זאליweaky - 01/02/2005 22:53:27

getme » 23/5/2005 05:41

עניני דיומא