"דער באריכט" פרשת וישב
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1205563
ער האט זייער אסאך לאקאלע (קרית יואל) נייעס
ער דעקט זייער שיין נייעס אינערהאלב:
קהל ויואל משה, מוסדות תו"י דרבינו יואל, מוסדות תו"י ויואל משה, קהל יט"ל, קהל חרדים, מוסדות תו"י בני יואל
ווי אויך די אנדערע בתי מדרשים און קלענערע קהלות:
טאהש, תולדות אהרן, שארמאש וכו,
טיי אווענט פון תוא"י ביי ר' יצחק מארקאוויטש וויאויך דער המספיק גאזעט הערליך באשריבן
עס איז צום באמערקן אן אויסדרוק אינעם ארטיקעל וואו מען באריכט איבערן זעלטן רייכען אוצר הספרים אויף עניני חנוכה און היכל התורה:
"שבת אחים געבענטשטע אקטיוויטעטן אדאנק העסקן הנכבד ר' בנציון זאלדאן ני"ו ממנהלי שבת אחים"
גמ"ח הצלה דינער, עולם מלא קאמפיין פון חברה הצלה ווערט שיין געקאווערט
דריי שולע עפענונג פארטי פון סאטמארע מוסדות און קרית יואל
ער איז OVERALL גאנץ לייטיש
איך וועל שפעטער ממשיך זיין
אזוי ווילסטו עס אראפלייגן
די פראגע איז וויאזוי די מענטשן וועלן עס אנקוקן
און דאס וועלן מיר לאזן פאר די ליינער, נישט פאר די ארויסגעבער
יעצט האב איך ג'ענדיגט אדורך בלעטערן דעם באריכט' נאך א מזל ער קומט אן ליל שישי ווייל מוצ"ש בין איך שוין אווערבוקט.
ב"ה א שיינער ארבעט, ער האט אונז נישט אנטוישט דעס מאל אויך.
דער וויכטיגער שיעור פון שלמה הערצאג איז אזוי וויכטיג אז מען האט עס געדארפט איבערלייגן אויף פעידזש 12, אויך האט ער מיטגענומען זיין שכן ר' העניך אשכנזיס שיעור טוב שכן טוב
איין זאך פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער ווילידזש האט שוין פאריגע וואך געקענט האבן דער עד( די מודעה פון פאר די וואלן, זעע אריגענעלע קאפי פון קאנסול אונטען) וואס די קאנסול האט ערשט דעע וואך אריינגעלייגט, זעעט זיך אויס זיי האבן אינעווייניגסטע צוטריט.
"אוועראל" איז ער זייער גיט מיר ווינטשען אים אסאך הצלחה ער וואלט ווען אפשר געדארפט אריינלייגן מער ארטיקלעך ס'זאל זיין וואס צו ליינען פאר 2 וואכן
[בילד – נישט אפגעהיט]
דעס איז די נאכגעמאכטע עד פון ווילידזש וואס איז ערשינען פאריגע וואך און דזשורנאל און אונעם בולעטין
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעסט כאטש מיט וואספארא קינדער מיר האבן דא צו טאן...
לטובת הענין
ביטע נישט אויפקלערן די חברה,
עס איז בעסער עס בלייבט ווי די וואך, סאיז זייער גוט
אגב, וועלן מיר האבן די זכי' צוויי וואכן ארום, צו קענען וויסן, אז די צענטראלע סעודת הודאה מוצאי שבת פאר "אלע" קרית יואלע אידן איז געווען אין ראס קארנער בעדפארד, און די צענטראלע סעודת הודאה זונטאג איז געווען אין די "התאחדות אברכים" "ביהמ"ד הגדול" [סאסמאן], אויך איז געווען א "סעודה'לע" מוצאי שבת אין די 'ווייסע' שול, פאר די עטליכע אידן פון וויליאמסבורג וואס זענען ארויסגעקומען אין אנוועזענהייט פון אב"ד קיטל ק"י,
און טאג נאכדעם וועלן מיר האבן די זכי' אז "דער באריכט" וועט דא ארויף קומען און דערקלערן נאכאמאל, אז קיינער זאל נישט פארגעסן, אז 'דער באריכט' דעקט "גאנץ" קרית יואל, פאר "אלע" תושבים
תוקן על ידי - DAVKA - 03/12/2004 21:38:41
"ספעציעל צום באריכט"
עיין פראנט פעידזש וד"ל
נישט דא ווער עס זאל לאכן
קיפ אפ די גוד ווארק
מר. KJALLIANCE קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, אבער איך און נאך איינוואוינער זענען די וואך געוואר געווארן אז די הכנסת ס"ת ע"י משפחת סאנדעל איז געפירט געווארן קיין ביהמ"ד בית הלוי באדאישעל, עס איז נאך נישט געווען באריכטעט און ערגעץ בעפאר, אזוי נארמאל און אומפארטייאיש
ווי אויך די המספיק גאזעט און איר אנפירער ר' מאיר ווערטהיימער נ"י איז הערליך באשריבען. איך נישט דורכגיין אלע ארטיקלען נאכאמאל.
און מציאות "דער באריכט" איז דער איינציגסטער, און "ערשטער" צייטונג אין די היסטאריע פון קרית יואל וואס באריכט די אויסברייטערונג פונעם שטעטל און אלע הינזיכטן.
הן ברוחניות, ווי נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב מוסדות התורה והחינוך, בתי מדרשים, קהלות הקודש, שיעורי תורה
הן בגשמיות, ווי דירות, ביזנעס צענטער, פארטיס, אפילן, געלט קאמפיינען, דינערס, ועוד
און דאס איז דיין גרעסטע פראבלעם אז דער דורכשניטליכער איינוואוינער און קרית יואל ווייסט פון זאכן וואס .... ...... ..... וואלט נישט געוואלט זיי זאלן וויסן
איך פארשטיי אז ס'איז ביטער וואו א זית.
דער באריכט,
סיז געווען א ברעקינג נוז סטארי די הכנסת ספר תורה, הא?
ווייל פאריגע וואך איז עס ברייט געקאווערט געווארן אין די בולעטין
סא האק נישט קיין טשייניק אז די האסט נישט געוויסט דערפין ביז יעצט
ביטע האטס רחמנות אויף מיר.
מאכטס מיר נישט די ארבעט שווערער דורך ארויסגעבן נעמען פון אנדערע שרייבערס דא, אדער עני אנדערע זאך וואס קען פירן אז אנדערע מענטשן זאלן כאפן ווער יענער איז אפילו אויב די פאקטן זענען נישט אמת.
אסאך פארומס זענען שוין פארשפארט געווארן א דאנק דעם.
"דער באריכט". אפשר זאגסטו אונז וואס פשט פון די נייעס אויפן פראנט פעיזש?
שוין א פאר יאר וואס דער בלאט,בולעטין,זשורנאל קאווערן די ביזנעס סענטער און דער באריכט האט יעצט אויפגעדעקט די "שפאנענדע נייעס"?
און דו קומסט אונז זאגן אז דער בלאט,בולעטין,זשורנאל פארפירט דעם עולם און דער באריכט שרייבט נארמאל. הייסט דאס נארמאל געשריבן?
האלט עטץ די קרית יואלער מענטשן פאר אזעלכע נאראנים אין כעלעמער?
און נאך איין קשיא. האסט געשריבן אז דער באריכט איז נייטראל. אפשר זאגסטי מיר פארוואס אפילו איינמאל אין די נייעס האט עטס נישט געשריבן ווער עס בויט די ביזנעס סענטער. ווער האט עס געברענגט אדער מנדב געווען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואוינען זיי טאקע אין דעם זעלבן שטעטל ווי אונז
דאכט זיך אז זיי וואוינען איז זייער אייגן וועלטן
לאמיר זיי נישט שטערן
ער איז נאך ניי, אויב וועט ער אנגיין אזוי ווי ער האט אנגהויבן וועט ער מצליח זיין
און איך פארשטיי אז עס ברענט די הויט פאר געוויסע (אומ)מענטשן, וואס ווילן נישט דער עולם גולם זאל ווערן אזוי געפיטערט און אינפארמירט
ניוס סורס
איך האף אז ער זאל אנהאלטן
תוקן על ידי - davka - 06/12/2004 4:14:27