היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » גענעראל פארזאמלונג אין היכל הכולל

גענעראל פארזאמלונג אין היכל הכולל

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1201812

popaner » 29/11/2004 18:24

וואס דארף דער גענעראל פארזאמלונג אין היכל הכולל צי זיין? אפשר ווייסט איינער?

באראש » 29/11/2004 20:10

מסתמא וועגן אלף שמות

שדים_טאנץ » 29/11/2004 21:24

מען וועט הערן דארט איבער די זאליס נידערטרעכטיגע פלענער אין קרית יואל, ווי למשל אז זיי ווילן אוועק'גנב'ענען די בילדינגס פון די מתיבתא.

DERBARICHT » 29/11/2004 21:36

קהל יטב לב 163 ראדני סט. פאררופט א גענעראל פארזאמלונג און ........... קרית יואל, זעט זיך אויס אז דוד עקשטיין וויל \קען שוין נישט פירן קיין מיטינגען ביי דעם BROOKLYN FINANCIAL בילדינג מוז מען עס ברענגען אזש קיין קרית יואל
אין וויליאמסבורג האט ער שוין אפשר נישט וועם צו רופן צו אן אסיפה, זיי זענען שוין גענוג אנגעגעסן אויף דעם מסור הידוע לשמצה י. רז"ב וואס פירט זיי ארום מיט נצחונות פאר די לעצטע דריי יאר און גארנישט.

עכ"פ איך שיהי' עס וועט זיין זייער אינטרעסאנט צו זיין אנוועזנד

מען גייט נעמען מוח'לאך פון בני אדם און גוט אויסוואשן פון די לעצטיגע שמועות וואס מען הערט זיך כסדר אן איבער די דורכגעפאלענע פרואוו פון הרמת יד בתורת משה, און אזוי וועט מען שפינען און קניפן די מוחות פון די אומשולדיגע יונגעלעך ביז יעדער דארט וועט קלאר זען און פארשטיין אז מען דארף ארויסגיין און די מאסן זיך אנבארגן געלט פון גמ"ח אדער יחידים כדי צו ראטעווען (?) די קהלה פון........................................

ונראה.........................

אגב איך ראט אייך זיך צו שטעלן אינדרויסן פונעם בנין כולל אהל יושע בנין שלום בעפאר דעם גענעראל פארזאמלונג וואו די יונגעלעך וועלן אריינגיין צו דער מסיבה אביסל אראפגעלאזט, אבער ארויסקומען וועט יעדער פון דארט מיט א שמייכל פון אויער צו אויער ווייל ........................................................................................ (נו לאמיר זען צו די האסט צוגעטראפן)...........................
מען האט יא!!!!!!!!!!! געווינען און מען גייט ווייטער געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען געווינען בראווא

באראש » 29/11/2004 21:56

לכבוד די גענעראל פארזאמלונג ברענג איך דא קאפיס פון די פאפירן וואס די זאליס האבן אריינגעגעבן פאריגע וואך דינסטאג אין קאורט. ליינטס און האטס הנאה.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 29/11/2004 22:00

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 29/11/2004 22:02

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 30/11/2004 06:12

עס האבן אויפגעטרעטן ר' שמואל ווידער און ר' אלישע הארוויץ, וועלכע האבן דערציילט וויאזוי די זאליס מאכן זייערע מענטשן ללעג ולקלס דורך איינרעדן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג א צווייטע באבקע, אז זיי האבן געוואונען דא און געוואונען דארט.

פאקטיש האלט מען שוין נאך שמחת תורה און נאך באראש'ס פסק און זיי האבן נאך אלס נישט קיין שום קאנטראל אויפ'ן בית המדרש. זיי טארן אפילו נישט ארויסטראגן קיין מענטשן פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, ווי מען האט געזען פארגאנגענעם שבת.

אלישע הארוויץ האט נאכאמאל דערקלערט אז אונז קוק מיר ארויס גרייט ארויסצוגיין פון קאורט יעדע מינוט, און גיין צו אן אומפארטייאישן בית דין צו דין תורה.

א ריזיגער עולם פון שווערע הונדערטער אידן האבן זיך באטייליגט. די אסיפה איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס.

תיבהאישית » 30/11/2004 07:11

שמיאל ווידער רעט ביי די באלעמער אין כולל. לונקס זיצן די ראה"ק
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 30/11/2004 07:13

אלישע הוראוויץ רעט
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 30/11/2004 07:15

די עולם האט זיך זייער ווארעם אנגעריפן צי די מסיבה וואס וועט פארקימען ביז אפאר וואכען

911zalis » 30/11/2004 07:40

עס גייט אי"ה זיין מסיבת פאר אלע יארגאנג מיט די חבירים , סיי אין וויליאמסבורג, בארא פארק , קרית יואל, מאנסי,

א יעדער וואס פרייט זיך מיט די שמחה אז מיר זענען פטור געווארען פין די אינסייד שונאים ,
אין אנערקענען א הכרת הטוב פאר די חשובע ראשי הקהלה וואס ווער האט געחלומט פאר 5 יאר צוריק אז אזא סייעתה דישמיא מיט הצלחה וועט אינז באגלייטען ,

געדענקט איר נאך די ווערטער פין ... צי כ"ק מרן הגה"ק הגאב"ד שליט"א אז איך וועל דיר מאכען פאר א {הרבנית הצ'} אלטא פיגא ע"ה , יא יא אזוי האט ער נעבעך געמיינט געבליבן איז ער מיט די שלעגערס ! די ערענסטע יודען האבן געוויזען די האסט אונז שוין גענוג פארשעמט 25 יאר אין די אויגען פין די גאנצע וועלט !

DERBARICHT » 30/11/2004 22:31

אפשר האט איינער ווער א בילד פונעם עולם אויך? נישט נאר פון דעם משכיל ש"וו?

ווייל אויף די גאס און די פארקינג האט אויסגעקוקט גאנץ גוט ליידיג.

אדרבא מיסטער תיבהאישית, דו האסט שוין געקענט צאמשטעלן אפאר לייטישע בילדער פון נעכטן נאכט ביז היינט.

תיבהאישית » 1/12/2004 02:42

דערבאריכט. איך מיין אז מער מענטשען האבען גערעט פין די גענעראל פארזאמלינג ביי סאסמאן ווי אין גרויסן שיל. אפשר וועגן דעים אליין האט זיך עס געלוינט צי מאכן.

יעצט בנוגע די גענעראל פארזאמלינג: אזעלכע מסיבות גייען פארקימען יעדן מאנטיג אין דאנערשטיג די קימענדיגע פאר וואכען פאר אלע עיזשעס. אין א כולל בילדינג אדער אין א בית המדרש'ל. די צוועק איז אנציווארעמען די עולם. מען פלאנט עס שוין פאר א האלב יאר אין סאיז גארנישט נתחדש גיווארען.

איך וויל נאר איין זאך וויסן. ווען מעוואלט עס געריפען טיי אוונד שטאטס גענעראל פארזאמלינג וואלסטי נאך אלס געטראכט דערפין?

DERBARICHT » 1/12/2004 03:10

you know what איך האב א וואזשנער איינפאל, מען וועט דאס רופן גענעראל פארזאמלונג פאר די מסיבה, און נאכדעם איז אזוי:

אויב איז געווען דארט א חשוב'ער מספר מענטשן וועט מען ווייטער רופן גענעראל פארזאמלונג און מען וועט דאס אזוי באריכטן,
אויב אבער האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין אזא סוקסעס וואו נעכטן און קרית יואל, וועט מען דאס פשוט באריכטן אלץ א טיי אווענט אדער א מסיבה פאר איין AGE

איי מען האט געשריבן גענעראל פארזאמלונג????
קודם עס איז שקר מען האט קיינמאל נישט געשריבן, צווייטנס, עס איז טאקע יא געווען א גענעראל פארזאמלונג, אבער נאר פאר איין AGE

דער עיקר איז, אז עס איז געווען מיט גרויס הצלחה