היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מאנרא ישיבה בחורים עסן טשיז קעיק

מאנרא ישיבה בחורים עסן טשיז קעיק

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1201045

DERBARICHT » 28/11/2004 23:50

וואו עס קוקט יעצט אויס זענען די טייערע בחורי חמד פארטיפט געווארן או א שווערע פלפול וואס מען האט נארוואס פארענדיגט, און זיי האבן ארומשפאצירט אינעם בנין הישיבה (און דערנעבן וואו די פייערן זענען פארגעקומען פאר קארגע צוויי וואכן צוריק) נישט באמערקענדיג אז זיי שפאצירן ארויס

אזוי גייענדיג קומען זיי אן צום פלאץ וואו עס איז פלאצירט דער בנין בית רחל שע"י מוסדות תו"י ויואל משה און זייזענען מן הסתם שוין אויסגעהונגערט האבן זיי טועם געווען פון די מאכלים (טשיז קעיק, סאדעס) און אויך זיך איינגעפאקט צידה לדרך.

איז דאך דא ארויסגעקומען א געוואלדיגע גוטע תוצאה פון די מוסדות ווייל זיי האבן דאך ממש געראטעוועט די חשוב'ע בחורים.

עס איז א זכי' פאר קרית יואל צו קענען זיין די אכסני' פאר אזא מקום (תורה?)

עס איז א פארגעניגן צו שטיין אויפן בארג (וואו דער וואלד איז אויסגעריסן געווארן) נעבן דעם בית רחל און אראפקוקן צו די ישיבה משך דעם טאג און אויך אווענט צייט און מקען זען די בחורים שפאצירן אהין און צוריק זייענדיג פארטיפט און ........................ . . . . . . . . . .????????????????????

זשוליאני08 » 28/11/2004 23:58

נאכאמאל וועגן בחורים?

איז דא דא איינער וואס וויל רעדן איבער בחורים?

אויב יא זאל ער זיך אנרופן.

KJAlliance » 29/11/2004 00:11

דערבאריכט שרייבט:
אזוי גייענדיג קומען זיי אן צום פלאץ וואו עס איז פלאצירט דער בנין בית רחל שע"י מוסדות תו"י ויואל משה און זייזענען מן הסתם שוין אויסגעהונגערט האבן זיי טועם געווען פון די מאכלים (טשיז קעיק, סאדעס) און אויך זיך איינגעפאקט צידה לדרך.

אויב פארשטייסטו אויך, אז לויט ענק, איז די בנין בית רחל אויפן שטח הישיבה, לתפארת עניני צניעות פון מיידלעך שטערן, און זאלי בם, פארשטייסטו טאקע אויך אז אויב ליגט טשיז קעיק סמוך ונראה, צו די בחורים,

איז מה יעשו הבחורים, אוואו בחורים אין אלע צייטן, אז עס ליגט אינטער די הענט טשיז קעיק, נעמט מען דאס אריין

איז די פראגע פארוואס דער רעדאקטאר איז נעכטן ארום געלאפן צו י.א.ק., מ.ז. י.ה.ל. וויינען אז מען האט אויפגעגעבן, די טשיז קעיק פון די סקול עפענונג פארטיי,

וואס זענען געווען די גרויסע בכיות

???

אגב, פון די ליגנט וואס אחד מחברי הנהלה מוסדות זאלי בק"י, אז מען האט נעכטן געמאכט 15000 ביי די פארטי, קען מען זעהן די 'געואלדיגע הצלחה' וואס די סקול פארטי האט אריינגערענגט

DERBARICHT » 29/11/2004 00:17

עס איז איבריג צו דעבאטירן דער פאקט צו עס איז געווען הצלחה (מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר די וואס נעמען איבער דאס געלט)

עס איז נאר גוט כסדר איבערצוחזרן ס'ארא (הייליגע?) (ישיבה?) מיר האבן די זכי' אויפצוהאלטן און אונזער שטעטל



נ.ב. עס וועלן בקרוב זיין קלארע בילדער פון די כסדר'דיגע באזוכן פון די חשוב'ע בחורי חמד און שכינות פון דעם בית רחל און אומגעגנד

KJAlliance » 29/11/2004 00:20

יא,

א וואונדער אז דער פראיעקט אין סאליווען האט אזא הצלחה

אז מען איז ביזי מאכן בילדער, פונעם סאפיסקירטן אפיס, האט אלעס אזא פנים

אבער איין זאך בעט איך דיר

דער באריכט גיב נישט אויף

האלט דאס אן אויף אלע קאסטן

KJAlliance » 29/11/2004 00:22

מר. דער באריכט

איך וועל מיר באגנוגען מיט ענטפערן אויף דעם פארום, אז דו ווילסט דוקא בלייבן מיט די קשיא, שרייב דאס אין חדשות אנש

דארט וועל איך דיר לאזן מיט די לעצטע ווארט

און ענטפערן וועל איך דיר דא

באראש » 29/11/2004 01:12

וואספארא א חוצפה ס'איז צו מאכן א מיידל סקול נעבן א ישיבה. א בושה און א חרפה.

פון וואו נעמט זיך אזא פרעכהייט?

KJAlliance » 29/11/2004 01:19

באראש בארואיג דיר

זייער זיידע בלעם, האט שוין אויך געוויסט פון דעם פלאן

majyar718 » 29/11/2004 01:24

וואו איז די סקול?
וויפיל נפשות לערנען דארט?
וויפיל קלאסן איז דא?
ביז וועלכע קלאס?

קריתיואלער » 29/11/2004 01:33

מען האט עס שוין דיסאקסד אמאל דא.

ס'איז דא דארט פיר קלאסן (באשטעטיגט געווארן דורך די בחורים וואס זענען געגאנגען עסן טשיס קעיק). די מאקסימום וואס א קלאס האט איז 12 מיידלעך. YOU DO THE MATH.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 29/11/2004 1:37:48