ער האט שוין צאמגעלייגט דעם טלית!!
** אט איז די לעצטע הודעה פון טלית-בייטל***
*** טליתבייטעל ***
נשלח ב 21:27 28/11/2004
--------------------------------------------------------------------------------
צו אלע מיינע חברים דא אויף הייד פארק.
נאך פילע באראטונגען צווישן מיינע צוויי יצר'ס, בין איך געקומען צום פעסטן באשלוס אז איך גיי ענדליך אראפ פונעם אינטערנעט.
איך האף דאס אויסצופירן גענצליך אי"ה אין די קומעדיגע טעג ווען דער קאמפיוטער ווערט ארויסגעווארפן בשן ועין פון מיין הויז.
איך וואלט דאס נישט געטוהן ווען נישט מיינע חברים האבן אנגעהויבן צו מערקן אויף מיר פארשידענע שינויים וועלכע לאזט זיך נישט ארויסשרייבן אויפן פאפיר, די גאנצע אידישקייט איז געווארן ביי מיר אסאך קעלטער פון וואס איך בין געווען, און נעכטן האט מיר דאס מיין בני בית אנגעמערקט!.
נאכ'ן אריינקלערן גוט בין איך געקומען צום מסקנא אז דאס וואס די רבנים שרייען שוין אזוי לאנג וועגן די אינטערנעט האב איך ליידער געשפירט אויף די אייגענע הויט!.
ביים לערנען און דאווענען האב איך אויסגעקוקט ווי פלייש פון פריזער. און אזוי אויך ביי יעדע זאך. אגאנצען טאג האב איך נאר געקלערט פון הייד פארק און נאך סייד'ס וועלכע איך האב אנגעטראפן. די עיקר האב איך געקלערט פון מיינע צוויי סוקסעספולע מערכות וואס איך האב דא לעצטנס מצליח געווען אויף הייד פארק און איבערגעקערט א שטאט.
גלייבטס מיר דעם באשלוס קומט מיר אן זייער זייער שווער, איך געדענק נישט אזא נסיון אין מיין גאנצע לעבן. אבער טאקע דערפאר שרייב איך דאס ארויף דא ברבים, כדי אז ווען איך וועל עובר זיין דערויף זאל איך ווערן ללעג ולקלס. וכמבוא' בגמ' אצל המעשה דנורא דבי עמרם, אז ווען ער האט געהאט א נסיון האט ער געשריגן: א פייער ברענגט ביי מיר אין שטוב!, אזוי אז יעדער איז זיך צוזאמענגעלפאן האט ער זיך געשעמט עובר צו זיין.
איך שריי דא אויך:
א פייער ברענט!, א פייער ברענט ביי טלית-בייטל!, און יעצט ווען יעדער וועט זעהן מיין מיאוסע דורכפאל וועל איך זיך זיכער שעמען עובר צו זיין אויף מיין קבלה.
דאס שרייבן דא אויף הייד פארק און אויף אנדערע סייטס האט מיר גענצליך געמאכט פארגעסן אז איך בין א מענטש, דאס גאנצע לעבן איז מיר געווארן ווי איין שטיק אינטערנעט, ביינאכט האב איך זיך געחלומט פון דעם, צופרי ביים זיך ווייקן אין מקוה האב איך נאר געקלערט פון דעם, און אגאנצען טאג האב איך נישט עפעס אנדערש געקלערט.
איז ממילא זייט נישט ברוגז, נישט מיינע חברים און נישט מיינע שונאים דא, איך האב נישט קיין שום ברירה!, איך וועל אן קיין שום ספק ווערן פארגעהאלטן אויך אויף מיין ביז-איצטיגע אקטיוויטעטן אויפן אינטערנעט ביים בי"ד של מעלה, און אויך אויף ווייטער אויב גיי איך אן.
טראץ די שרעקליכע מוראדיגע נייגער וואס וועט מיר זיכער ארומנעמען יעדן טאג צו וויסן וואס עס שפילט זיך אפ עפעס ביי אונז היימישע אידן, וועל איך אויף קיין פאל מער נישט צורירען דעם קאמפיוטער!.
און צו די וואס דארפן דאס נישט האבן פאר ביזנעס ראט איך צו טוהן די זעלבע שריט. קיין חרטה וועלן זיי נישט האבן דערפון!. אפשר בגשמיות יא, אבער ברוחניות זיכער נישט, זיי וועלן בלויז זעהן לכבוד דעם ליכטיגע דורות עובדי ה' באמת, ווייל נאך אזא שריט וועט מען ווערן ביי זיך זעלבסט אסאך מער געשעצט, וואס דאס ברענגט אויטאמאטיש צו נתעלה ווערן מעלה מעלה, וואס דאס איז זיכער 1000% משפיע אויף די ווייב און קינדער און אויף די שפעטערדיגע דורות!.
איך וועל ווארשיינליך נישט זעהן וואס איר גייט דא צוריקשרייבן, אזוי האף איך, ממילא אויב ווילט איר עפעס צוריקשרייבן צו מיר פערזענליך איז דאס א ברכה לבטלה. אויב ווילט איר מגיב זיין אויפן עצם געדאנק, נאו פראבלעם!.
ברכה והצלחה!!!!
(נ.ב. די איינציגסטע זאך וואס איך בין באזארגט איז נאר די ר"ן דטיפת חלב וואס וועט יעצט בלייבן אן א אייגענטומער, איך בעט דעריבער די מנהלי הפורום אויסצומעקן יענע אשכול, אדער איבערנעמען די זכות דערפון און שטרענג קער נעמען אז די תנאים זאלן ווערן איינגעהאלטן -ביז יעצט האב איך שוין באקומען לערך 30 פארלאנגען אין תיבה אישית דערויף)....
*** עד כאן ****
אצינד שטעלט אריין אייערע צאתכם לשלו' וואונטשן אין דעם אשכול