היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הרה"ח ר' חיים ארי' בראווער לרפו"ש

הרה"ח ר' חיים ארי' בראווער לרפו"ש

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1200196

911zalis » 28/11/2004 08:38

הרה"ח ר' חיים ארי' בן בלימה בראווער לרפו"ש
מלמד תשב"ר במוסדותינו ב"פ לאנגע יארן !

ער איז זייער זייער קראנק ער דארף רחמי שמים עס איז געווען א מנין שבת מיט אים אין שפיטאל ער האט שבת נאכן זאגען הודו,ברוך שאמר , נשמת, קר"ש ,שמו"ע געבעטן ער וויל נאך לערנען א שטיקל דברי יואל , עס איז אומשאצבאר וואספארא אמתע אין ערליכע אין חסידישע יוד ער איז , אין ער האט לעצטענס באקימען יענע מעשה ל"ע אין זיינע אדערען זענען ציגאנגען דע וואך פין די THREATMENTS ל"ע אין ער מיז האבן א גרויסע ישועה!

שדים_טאנץ » 28/11/2004 08:55

השי"ת זאל טאקע שיקן א רפואה שלימה בקרוב פאר ר' חיים ארי', כ'קאן אים, באמת א טייערער איד
אבער 911זאליס, איך הויב אן חושד זיין אז די ביזט נישט קיין ארוני, איך קען נישט גלויבן א בראווער א ארוני...
אויב יא, איז שוין טאקע ימות המשיח...

יצמח_פרקנה » 28/11/2004 09:29

געווען איז ער מיין מלמד מיט יארן ציריק טאקע א ערליכער יוד קיינמאל האט ער נישט געוואלט נעמן געלט וואס די עלטערן האבען געשיקט זאל מען פון הימל רחמנות האבען אויף עם אין שיקען א רפואה שלימה בקרוב אמן

911zalis » 28/11/2004 09:45

איך בין א אמתע פשוטע חסיד פין רביה"ק זיעוכי"א אין איך בין געווען א חסיד פין רבינו שליט"א אבער איך האב קיינמאל נישט געקענט פארנעמן די טעראר פין מ"פ איך האב געהאלטן עס מאכט חרוב סאטמאר אין בכלל די ווייטערדיגע דורות וואס פלעגען ליידער יעדעס יאר פארפאלן ווערן וועגן זיין טעראר ..., איך האב נישט קיין ספק אז רביה"ק זיעוכי"א האט געהאט גרויס צער פין דער וועג !
6 יאר צוריק האב איך געזעהן ווי אלע וואס האבן אויסגעפירט די שליחות פינעם טערעריסט אין למשל געשלאגן די ר' נ"ב אין ר' יל"וו אין פארברענט ילד אין ציבראכען די רביצענס געיט אין געהאנגען דאמיס פין יודען אדג. זיי אלע זענען אוועק פין סאטמאר אין פירן ווייטער די שלעכטע וועג וואס רביה"ק זיעוכי"א האט גרויס צער , בין איך געגאנגען צי די איידעלע צד וואס טוט נישט די סארט זאכען , אין איך האב נישט קיין ספק אז רביה"ק זיעוכי"א האט געהאט גרויס הנאה פין דער וועג !

אינגערמאן » 28/11/2004 22:57

הר"ר חיים ארי' זאל געזונט זיין

אה! זכרונות!

א טייערער זעלטענער טיפ פארצייטישער איד
זיין אמת'דיגקייט אן קיין חשבונות! זייו "יראת שמים"

א ריכטיגער עושה מלאכת ה' באמונה! וואס האט נישט גע'בט'לט קיין סעקונדע אויף די חשבון פון זיינע תלמידים.

א איד וואס האט איבערגעלאזט א טיפן איינדרוק פאר לעבענסלענגליך אויף אלע זיינע תלמידים, און אויף די וואס זענען געשלאפן אין זיין באנג אין קעמפ (און זייערע עלטערן אויך)

ער געדענקט יעדן תלמיד מיט'ן נאמען אויך לאנגע יארן שפעטער, וואסס ווייזט אויף זיין פערזענליכן קשר מיט יעדן תלמיד

דער אויבערשטער זאל איהם שיקן א גאנצע רפואה אין זכות פון זיינע מעשים טובים און זיין מסירת נפש פון מרביץ תורה ויראה זיין אזיפיל יארן.

געזעגענען » 28/11/2004 23:43

911

מאך נישט אזא תמימות'דיג פנים...

911zalis » 29/11/2004 01:51

געזעגענען טראג דיך אפ פין מיר!

א יונגערמאן וואס קען שרייבען אויף א אנדערע חשובע יונגערמאן אז ער איז נערווען קראנק אדער א משכיל אדער א ציגאנער האט ניטאמאל רעכט אריין צי רעדן אין א אשכול וואס מען רעדט פין א יוד ווי הרה"ח ר' חיים ארי' ,

תוקן על ידי - אינהכינמי - 29/11/2004 2:27:10

געזעגענען » 29/11/2004 01:54

נעבעך.

אויסשווארץ » 29/11/2004 02:14

דער אייבעשטער זאל אים שיקען א רפואה שלימה במהרה

יוסף90 » 29/11/2004 02:28

פאר ר' חיים ארי' מיט 911 צוזאמען ?

911zalis » 29/11/2004 03:11

יוסף90 אין געזעגענען

איך פארשטיי דעם שבת טוט ענק זייער וויי געטס ארויס ענקער ווייטאג דא אויף היידפארק ! ביז דער איד וועט ענק מסביר זיין אז ענק האבן גאר געווינען !

majyar718 » 29/11/2004 06:26

א רפו''ש פאר אלע חולי ישרא־ל אמן

אויסשווארץ » 30/11/2004 00:48

ברוך דיין האמת!

געזעגענען » 30/11/2004 00:55

די לויה וועט זיין פאר ביהמ"ד דקהל יטב לב בשעה 7:30

אינגערמאן » 30/11/2004 02:29

יהא זכרו ברוך

911zalis » 30/11/2004 05:12

איך קום יעצט פין די לויה , ער איז געווען גאר א טייערער יוד אין דבוק ומקושר צום רבין ז"ל, ער וועט אוודאי זיין פאר אונז א מליץ יושר, ותנצבה

iraq4002 » 5/12/2004 22:47


איז דאס געווען א טייער איד ר' חיים ארי' בראווער.

ער פלעגט מוראדיג טאנצן ביי בואי בשלום מיט מוראדיגע התלהבות, דעס איז מיר אין די ביינער אריינגעגאנגען.