היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » האט קרית יואל פלאץ פאר דריי היט סטארס?

האט קרית יואל פלאץ פאר דריי היט סטארס?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1200159

זשוליאני08 » 28/11/2004 06:32

אין דער בולעטין איז דא אן עד פון קרויס היט סטאר אז זיי קומען ארויס קיין קרית יואל, און גייען זיך עפענען אויף ווען ביורען.

מיט אפאר וואכן צוריק האט שלמה זלמן וויינבערגער געעפנט א היט סטאר אויף ישראל זופניק.

דאס איז חוץ די אנדערע שווארץ היט סטאר וואס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן.

וואס האלט עטס? האט קרית יואל פלאץ פאר דריי היט סטארס?

באראש » 28/11/2004 09:53

לויט ווי איך פארשטיי איז ר' שלמה זלמן א מגיד שיעור. פירט ער אליינס אן די געשעפט?

תיבהאישית » 28/11/2004 10:08

סווערט אנגעפירט דארך זיינע קינדער.

איך גלייב נישט אז קרית יואל האט פלאץ פאר דריי הוט סטארס אבער טיים וויל טעלל.

davka » 28/11/2004 18:24

ס'איז דא פינף קלינינג סטארס אין קרית יואל און יעדער פון זיי מאכט פרנסה ב"ה. מסתמא איז דא פלאץ פאר דריי היט סטארס אויך.

איך בין זיכער צופרידן, ווייל איך פלעג אלעמאל איינקויפן ביי קרויס היט סטאר. וועל איך אים יעצט האבן דא און נישט דארפן אריינפארן אין שטאט יעדן טאג.

קריתיואלער » 29/11/2004 01:31

נו, זאל דער אייבישטער געבן הצלחה וברכה פאר אלע דריי.

מיין ווינדער איז איבער די גראסעריס אין שטעטל.

שוין יארן וואס עפנט זיך נישט קיין פרישע גראסערי דא (חוץ די עצי תמרים גראסערי וואס איז געעפנט געווארן דורך די עקזיסטירענדע לאנדא'ס גראסערי). איך געדענק נאך יארן צוריק ווען די גראסערי בעלי בתים זענען געווען פאלנע ארעמערלייט, און מען האט געדארפט גיין נאך געלט פאר זיי. היינט זענען זיי אלע שיינע אידן און זיי זענען מנדב בילדינגס וכדו'. די זעלבע פאר גראסעריס קעיטערן א שטעטל וואס איז פיר אדער פינף מאל אזוי גרויס ווי אמאל. אין וויליאמסבורג גייט עס אז וואס מער די געגענט צושפרייט זיך אלס קימען צי נאך גראסעריס.

סיז זיכער אז סאיז דא פלאץ אין שטעטל פאר נאך צוויי אדער דריי גראסעריס, און נאך גראסעריס קענען נאר אויפטון אראפקלאפן די פרייזן פון די יעצטיגע גראסעריס און נאך אפאר אידן וועלן האבן פרנסה.

נ.ב. איך האלט אז ס'איז א סקאנדאל אז עצי תמרים איז געגעבן געווארן פאר לאנדא. מען האט עס געדארפט געבן פאר אן אנדערן איד, איינער וואס טרייט צו מאכן פרנסה. וואלטן כאטש די גראסעריס באקומען א קאמפעטישן.

קריתיואלער » 29/11/2004 01:35

די גראסעריס אין שטעטל:

1. גרענד פוד
2. לאנדא
3. לאנדא עצי תמרים
4. פרענקעל
5. פעדער
6. היימאן
7. וויינשטאק

KJAlliance » 29/11/2004 03:06

קרית יואלער שרייבט:
1. גרענד פוד
2. לאנדא
3. לאנדא עצי תמרים
4. פרענקעל
5. פעדער
6. היימאן
7. וויינשטאק

איך וואלט עס איינגעטיילט ווי פאלגענד
1. גרענד פוד
2. לאנדא
3. פרענקעל
4. פעדער
די אלע זענען סופערמארקעטס

1. היימאן
2. וויינשטאק
די זענען די מעגא סטארס, ווי וואלמארט, טארגעט, בי דזשעיס.....

1. לאנדא עצי תמרים
דאס איז א גראסערי

יעצט צום ענין, מר. קרית יואלער

דאס איז זיכער אז עס איז דא פלאץ פאר נאך גראסערי, לויט די צאל משפחות וואס זענען שוין דא אין קרית יואל קע"ה, און נאכמער לויט די וואוקס, מיט השי"ת הילף

אויך איז אמת, אז ב"ה די בעלי הגראסערי'ס אין קרית יואל זענען שיינע בעלי פרנסה

אבער דיין קריטיק קעגן לאנדא עצי התמרים פארשטיי איך אינגאנצן נישט,

קודם די אלע וואס וואוינען דארט, דארפן נישט איינער וואס לערנט זיך, ווי צו פירן א גראסערי, והשנית, ביזדערווייל איז די עצי תמרים גראסערי נאר פאר די שאר ירקות, ד"ה אז רוב מענטשן מאכן די "מעין ארדערס" ערגעץ אנדערש, און נאר די קלייניקייטן קויפט מען דארט, חוץ די מעיל ארדערס פון לאנדא, וואס ווערט געשיקט פון דארט, איז בכלל ווייס איך נישט וויאזוי א צווייטער וואלט געמאכט פרנסה דארט,

חוץ, אז ער וואלט זיך געווייקט 3 יאר אין חובות, ווייל ער גייט מאכן נאכדעם געלט

און נאכמער, אז א גראסערי פאדערט זיך מאות אלפים צו עפענען, און דאס איז די עיקר אויב נישט איינציגע סיבה פארוואס עס איז נישטא נאך גראסעריס אין קרית יואל,

וועסטו דאך פרעגן, מה נשתנה, פון וויליאמסבורג, איז די תירוץ אז קרית יואל האט שוין סופערמארקעטס, זייער לאנג, און נאר די לעצטע עטליכע יאר האט זיך אין וומ"ס גע'עפענט לאנדא, הצלחה, ראזענבוים בויעט איבער, סי טאון, און ממילא קען א קליינע גראסערי קאמפיטן מיט א אנדער קליינע גראסערי

אבער אין קרית יואל ווי דער סטענדערט, איז אפענע פרידזשידערס, דערליווערי, ברייטע אייעלס, וכולי, איז 'כמעט' אוממעגליך צו עפענען א קליינע גראסערי, און פון די צווייטע זייט א גרויסע קאסט מאות אלפים ווי געשמועסט,

חוץ אז די ווילסט אז איינער זאל מנדב זיין געלט פאר דעם, א שטייגער, וועד הקרי'

גראדע פאר די בעלי רוח הקודש, די זאלי'ס, האט זיגי בראך, גע'עפענט א ריזיגע גראסערי אויף זיין 'גלאקן הויז' שטח, בתוך שאר חולי ישראל, ווי זיינע שולן דארט, ת"ת, מיידל שולעס, שאפינג סענטער, דירות, צו דינגן דירות צו בויען

אדרבה, קרית יואלער לאמיר הערן דיין פוינט אוו וויו

אויך צו די אנדערע: וואס איז אייער מיינונג

קריתיואלער » 29/11/2004 05:22

KJ
איך האב הנאה געהאט וויאזוי דו דעסקרייבסט היימאן און וויינשטאק...

וועגן די גראסעריס ביסטו גערעכט מיט דעם אז די קרית יואלע גראסערי סטאנדארט איז שיין גרויס רחבותדיג און ברייט. די אלע גראסעריס זענען אמאל געווען קליין אבער האבן זיך ארויפגעארבעט. היינט איז שווער פאר איינעם צו עפענען א גראסערי און אנפאנגען פון סקרעטש.

די פאקט איז אבער אז ס'פעלט זיך אויס נאך גראסעריס. קרית יואל גייט זיך אויסברייטערן לאורכה ולרחבה, און אויב וועלן מיר אלע זיין אנגעוויזן אויף די חסדים פון די זיבן גראסעריס דעמאלטס איז אך און וויי פאר אונז. זיי וועלן זיך פאראייניגן און מאכן א מאנאפאל.

KJAlliance » 29/11/2004 05:57

זיי וועלן זיך פאראייניגן און מאכן א מאנאפאל.

און איך זאג

זיי האבן זיך פאראייניגט און געמאכט א מאנאפאל.

אבער ב"ה מיט רחמנות, קיינמאל ערגער...............

שדים_טאנץ » 29/11/2004 07:01

פון די זיבן גראסעריס איז פרענקעל מיין איך דער גרעסטער געווינער.

ווען ער האט זיך געעפנט אין דריי טרעילערס איז ער געווען כמעט ביים גרעניץ פון קרית יואל.

זייט דעמאלטס איז זיך די שטאט ציוואקסן אויף זיין זייט ווי משוגע.

מען האט געבויט הייזער אויף עיקערס, ישראל זשופניק, געציל בערגער, קאהאן, ויואל משה, בעיקערטאון, און היינט איז מען שוין אנגעקומען צו לייפניק און אפילו ווייטער (וויאזוי הייסט די נייעס גאס וואס מאיר יאנקל אינדיג בויעט?)

אבער גראסעריס זענען נישט צוגעקומען אויף יענע זייט.

די גרעסטע לאזערס זענען: פעדער, וויינשטאק און היימאן. זיי האבן געבויט זייער גראסערי אין געגנטער וואס זענען שוין געווען עסטעבלישט און זיי האבן זיך נישט געהאט וויאזוי צו ציוואקסן. צוויי פון זיי זענען טאקע געבליבן אין קליינע בעיסמענטלעך.

davka » 2/12/2004 08:09

סאטמאריסט שרייבט:

(גענומען פון פארום "אלעס אויסער סאטמאר")

זארגט אייך נישט... איך רעד טאקע פון קרית יואל, אבער דאס מיינט נאכנישט אז איך גיי רעדן פון די סאטמארער פאליטיק, וועלכע קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער...
אצינד צום ענין: ווי עס איז באקאנט, זענען די פרייזן וואס די גראסעריס אין קרית יואל בעטן, אומגעהויבער און שרעקליך. עס איז ממש נישט צום גלויבן אז יעדע גראסערי אין קרית יואל, אלע אן אויסנאם, זאלן בעטן אזעלכע הויכע פרייזן וואס זענען פיל פיל מער ווי די גראסעריס בעטן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און אפילו מאנסי (כ'שרייב "אפילו", ווייל ס'זענען דא וואס זאגן אז דאס "דיסטריביוטען" די אייטעמס קאסט געלט, וואס איז קלאר שקר און כ'האב דאס שוין פעסטגעשטעלט, ומאנסי יוכיח, אז דארט דארף מען אויך אהין דעליווערן און ס'קאסט פיל ביליגער).
די סיבה איז לדעתי ווייל קיינער פארפירט נישט דערוועגן, קיינער האט דערווייל נישט געעפנט קיין סופערמארקעט צו קלאפן די פרייזן, און אלע גראסעריס, ווי אפגעשמועסט, נעמען פעטע פרייזן אן קיין שום בושות, און דערנאך זענען זיי נאך שיינע אידן וואס געבן צדקה, בויען בנינים פאר מוסדות, א.א.וו.
איינער האט מיר אמאל געזאגט, אז ער האט געמאכט א חשבון אז עס איז פיל ביליגער צו וואוינען אין וויליאמסבורג ווי אין קרית יואל, כאטש דער אנגענומענער מיינונג ביי רוב ציבור איז, אז די וויליאמסבורגער איינוואוינער מושטען זיך זייער.
אמת, אין וויליאמסבורג קאסט טאקע א דירה זייער טייער סיי צו קויפן און סיי צו רענטן, אבער אויך אין קרית יואל קאסט שוין היינט א דירה שרעקליך טייער (וואס צו דעם דארף מען א באזונדערע נושא, פארשטייט זיך אויב דער עולם וועט וועלן) און צו דעם קומט צו אז אין וומ"ס האבן זייער אסאך מענטשן סעקשאן עיט; פוד סטעמפס באקומט מען דארט סאך מער; שטייערן צאלט מען נישט צופיל; וואסער קאסט נישט קיין געלט; גאז און לעקטער ווערט צוגעשטעלט דורכ'ן לענדלארד און ווערט אריינגערעכנט אין די רענט; דאס אריינפארן צו די ארבעט (פאר די וואס פארן) קאסט גאר אסאך; "שאפינג" וואס איז אין קרית יואל מער איינגעריסן ווייל ס'זענען נישט דא קיין גרויסע געשעפטן ציט אריין אין שרעקליכע הוצאות א.א.וו.
והעולה על כולנה קומען די חרדישע גראסעריס און בעטן פעטע פרייזן אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה. ס'האט מיר איינער געוויזן לעצטנס א רעסיט פון אן אייטעם וואס ער האט געקויפט אין וומסב"ג פאר 1.99 און אין קרית יואל 2.79. דאס איז כמעט פופציג פראצענט מער!
כ'זאג נישט אז אלע אייטעמס זענען ממש מיט פופציג פראצענט מער, כ'האב דאס נישט נאכגעטשעקט, און אדרבה מ'קען דאס טשעקן זייער גרינג, אבער ס'איז קלאר אז דאס איז א שרעקליכע עוולה און דראסטישע שריט וואלטן געדארפט גענומען ווערן דערקעגן.
אויב האלט איר אנדערש ווי מיר, צי איר זענט מחולק מיט מיר איבער סיי וואס איך האב דא אויפגעברענגט , אדרבה, לאמיר הערן אייער מיינונג.