צו די חשוב'ע גולשים: איך דארף ענקער הילף.
במשך די פארגאנגענע צוויי וואכן האבן איך געארבעט גאר שווער ארויפצוטראגן אונזער פארום אויף היידפארק מסורת, אויפ'ן פארלאנג פון אסאך גולשים, אבער אלע מיינע שתדלנות האבן זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט.
די סיבה: דער מנהל פון היידפארק מסורת דיסקרימינירט קעגן אונז.
די ערשטע זאך וואס איך האב געטאן איז געווען צו רעדן צו דער ביי-אלעמען-באליבטער דזשובוי. איך האב אים געבעטן ער זאל עס ארלעדיגן פאר מיר. דזשובוי איז אבער צוריקגעקומען מיט ליידיגע הענט. אלע טירן און פענסטער זענען געווען פארמאכט פאר אים.
האב איך זיך געוואנדן צו די מערכה פון היידפארק. זיי האבן מיר געענטפערט אז היידפארק מסורת ווערט לעת עתה אנגעפירט דורך דעם מנהל פון בחדרי חרדים, דוד10, און זיי האבן מיר געזאגט אז איך דארף רעדן צו אים.
האב איך אריינגעשיקט א תיבה אישית צו דוד10 און איך האב אים געבעטן: טו מיר א טובה לייג ארויף מיין פארום אויף היידפארק מסורת. איך האב הונדערטער מענטשן וואס קומען דא יעדן טאג און אסאך פון זיי פארלאנגען אז איך זאל אריבערגיין צו מסורת.
זיין טרוקענער ענטפער איז געווען:
התשובה שלילית.
אין אידיש: שטעל זיך אויפ'ן קאפ, ביסט נישט אנגענומען.
ער וויל אונז מסתמא נישט אננעמען וויבאלד אונז זעמיר נישט גענוג קאנטראווערשאל, און אונז האק מיר נישט אויף גענוג רבנים און רביס.
איך מיין אז אונזער פארום איז די איינציגסטע וואס האט א תקנה אז מען טאר נישט ארויסזאגן א רב נאמען אן א ר' אדער שענערע טיטול.
אנדערע פארומס וואס בארעדן ערליכע אידן און פארשעמען גרויסע רבנים און רביס געפינען זיך מיט שטאלץ אין היידפארק מסורת אבער אונז נישט. מיר זענען מסתמא צו פאנאטיש פאר אים.
אלזא, בעט איך פון ענק חשוב'ע גולשים. ביטע שיקט אריין א תיבה אישית צו דוד10 (די בעסטע זאך איז אז ס'זאל זיין אין לשה"ק) און בעטס אים מיט גאר שיינע ווערטער, אז ער זאל ארויפלייגן אונזער פארום אויף היידפארק מסורת. זאגטס אים אז מיר זענען פונקט אזעלכע פרומע אידן און נאך פרומערע ווי אנדערע וואס באזוכן היידפארק מסורת פארומס, און ס'קומט זיך אונז אז מיר זאלן אויך קענען אריינגיין אין אונזער פארום אן דארפן קוקן אויף אומאויסגעהאלטענע עדס.