היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אנגעקומען פרישער קונטרס פון יחזקאל בראך?

אנגעקומען פרישער קונטרס פון יחזקאל בראך?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1196822

שדים_טאנץ » 24/11/2004 20:20

מען שמועסט אז עס איז אנגעקומען א פרישער קונטרס פון יחזקאל בראך. האט איינער געהערט דערפון?

באראש » 24/11/2004 20:59

איך האב עס יעצט געזען. ער שימפט און האקט מורא'דיג ווילד און נעגאטיוו קעגן אברהם ווידער און מאיר הירש, פערזענליך און שמוציג.

ווער עס קען עס פאוסטן דא זאל עס ביטע טאן.

תיבהאישית » 25/11/2004 03:14

יחזקאל האלט שוין טיף אינמיטן זיין קאמפעין. פארוואס טיט קהל גארנישט?

מען קען דאך נישט בלייבען שטיל אין זיך ציקיקן וויאזוי ער מאכט חרוב מיט זיינע שקרים וכזבים, וואס ער פארקויפט פאר תמימי לב.

שדים_טאנץ » 25/11/2004 03:43

ביסט אינגאנצן משוגע געווארן?

מען רעדט דא פון א מענטש וואס איז נישט מיט אלעמען. א וואנזיניגער שוטה. ווילסט אז מען זאל אים אנפאנגען צו ענטפערן?

מיט א משוגענעם שטייט מען נישט אין ווארט.

איבער די קומענדיגע וואכן פלאנט מען ארויסצוקומען אין א שטארקן תורה'דיגן קאמף קעגן די אלייענס, וואס זיי מאכן חרוב דעם חינוך אין שטאט מיט'ן ארומשיקן פאשקעווילן.

זייערע קאמפיינס ווערן מער און מער גוי'אישער פון יאר צו יאר. עס איז זיי נישט גענוג געווען אז זיי האבן אריינגעברענגט גוי'אישע קאמפיינס אין שטעטל, נאר עס מוז זיך אנפאנגען שוין אין חודש חשון, ווען די בחורים גייען צוריק אין די ישיבות.

KJAlliance » 25/11/2004 04:42

איך האף אז ביז פסח זאל הערשן א "שרייעדיגע" שטילקייט

און נאכדעם זאל מען אנהייבן א קאמפיין, במלוא הדרו והדרו

אוואו עס הייסט, שאק ענד או, מיטן גאנצן הו הא

אז אין פיר פינף וואכן זאל נעמען פון אנהייב ביז נאכן סוף

און נאכדעם וועט אונז "זיגי" געדענקן פאר א לאנגע צייט, אויב וועט ער עס דערלעבן

קרית_יואל » 25/11/2004 06:16

שדים טאנץ שרייבט: פלאנט מען ארויסצוקומען אין א שטארקן תורה'דיגן קאמף

נישטא נעבעך ווער עס זאל לאכן. די וואס האבן אלע יארן געפירט אן אנטי-תורה'דיגן קאמף, "פלאנען" ארויסצוקומען אין א שטארק תורה'דיגן קאמף...

באראש » 28/11/2004 21:31

דאס איז די סטראטעגיע פון קהל.

מען גייט נישט ענטפערן גארנישט, נאר לאזן די חברה זיך אליינס דעסטראיען. זיי וועלן מאכן די דזשאב פאר אונז.

קיין איין נארמאלער מענטש וויל נישט אז עס זאל זיין פורים א גאנץ יאר. מען קען נישט צושטערן די שלום און מנוחה אין שטעטל און ברענגען ביטול תורה און א חילול השם.

אריינגעסקענט פון קרית יואל בולעטין:
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 7/12/2004 09:14

איך האב נישט געהאט קיין צייט צו סקענען זיין גאנצע בריף. איך האב געסקענט נאר איין פעיזש, אבער נאר אין די פעיזש אליינס זעט מען מיט וואספארא שוואנצונות די בריף איז געשריבן געווארן.

קודם קוקטס וויאזוי יחזקאל וואס דארף צו זיין נייטראל שרייבט "דיין רב" מיט גרויס חוצפה, וואס פון דעם קען יעדער זען ווי נייטראל ער איז באמת.

אויך קוקטס וויזוי ער באשמוצט פריוואט אברהם ווידער איבער א הלואה, און גייט מוראדיג נידעריג און שמוציג.

די בריוו איז אן ענטפער אויף א בריוו וואס איז אנגעקומען צו אלע קרית יואל איינוואוינער קעגן יחזקאל בראך, ארויסגעשיקט געווארן דורך א גרופע וואס רופט זיך "קרית יואל שטייער צאלער"
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 7/12/2004 09:37

יחזקאל איז זיך סותר מיניה וביה צענדליגע מאל. די וועלט זאגט א שקרן דארף האבן א גוטן זכרון, אבער ביי זיינע בריוו איז נישט שייך די כלל.

דא ברענג איך אפאר פון זיינע סתירות:

יחזקאל טענה'ט אז מאיר הירש פארלאנגט 50,000דאלאר פער דירה
[בילד – נישט אפגעהיט]

יחזקאל טענה'ט אז מאיר הירש פארלאנגט 25,000 דאלאר פער דירה
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 7/12/2004 09:47

יחזקאל זאגט אז ער איז גרייט צו געבן געלט פער יעדע דירה וואס ווערט געבויט אויב די געלט גייט פאר אלע מוסדות אין קרית יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]

צוויי שורות שפעטער שרייבט ער אז ס'קומט נישט אין באטראכט אז ער זאל געבן געלט פאר דירות אפילו אויב ס'גייט פאר מוסדות
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 7/12/2004 10:01

ס'קומט אן א בריוו קעגן יחזקאל בראך דורך קרית יואל שטייער צאלער אסאסיעישאן. יחזקאל ווייסט תיכף אז מאיר הירש האט עס געשריבן
[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'קומט אן נאך א בריוו קעגן יחזקאל בראך פון די זעלבע ארגאניזאציע און יחזקאל ווייסט תיכף אז אברהם ווידער האט געשריבן, נישט נאר די בריוו נאר אויך די פאריגע בריוו
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 07/12/2004 10:03:58