היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פאליס אין שטעטל

פאליס אין שטעטל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1195478

קריתיואלער » 23/11/2004 17:13

אפשר ווייסט איינער פארוואס די פאליס איז אזוי צוווילדעוועט.

נעכטן א גאנצן טאג האבן זיי זיך ארומגעדרייט אין שטעטל און געטיילט טיקעטס, רעכטס און לינקס, ווי משוגע, פאר יעדע קלייניגקייט.

וואו איך בין נאר געפארן אין שטעטל האב איך געזען רויטע לייטס בליטשקען און א קאַפּ שטייט לעבן א קאר פון א חסיד.

האט עס צו טאן מיט עפעס, אדער זענען זיי סתם אזוי דא פאר סעקיוריטי און טיילן שוין טיקעטס אינאיינוועגס?

ווילן זיי זיך נוקם זיין אין איינעם?

SRULI2 » 23/11/2004 17:44

IF YOU OBEY THE LAWS THEY DON'T STOP YOU
ITS A GOOD LESSON THEY SHOULD DRIVE CAREFUL WITHOUT POLICE IN VILLAGE

זשוליאני08 » 23/11/2004 19:24

די סטעיט פאליס האט דורכגעפירט א אקציע צו כאפן די וואס טוען נישט אן קיין סיט בעלטס און האבן שוין איינוועגס געזוכט צו כאפן אנדערע פארלעצערס.

נעכטן צופרי איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אויף אלע חברים ביפערס אז מען זאל זיך וואטשן, ווייל די פאליס דרייט זיך אין שטעטל און זיי זוכן סיט בעלט פארלעצער.

זיי האבן אפגעשטעלט מענטשן איבעראל, נישט נאר אין קרית יואל נאר אויך אין טאון וואו זיי האבן געמאכט ראוד בלאקס.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 23/11/2004 19:27:10