כעלמע צייטונג מאכט לצנות פון כעלמער קהלה
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1193716
רבותי, יעדער מוז ליינען די נייע "דער באריכט". עטס וועטס ענק ווארפן פון לאכן וואספארא כעלמער זיי זענען, און וויאזוי זיי פארקויפן לאקשן פאר זייערע כעלמע ליינער, וואס קויפן עס אפ מיט גרויס דארשט.
ווי ס'קוקט אויס איז די גאנצע צייטונג געבויט נאר אויף איין ציל אויפצובויען דעם "איגא" יחזקאל בראך, וואס לאזט זיך קאסטן טויזנטערס אז מען זאל אים שיין באשרייבן אין די צייטונג.
די ערשטע פעידזש שטייט איבער א גאנצע מיטינג וואס יחזקאל בראך האט מכלומר'שט געהאט מיט פאליטישאנס אין אלבאני. יעדער וואס וועט עס ליינען וועט זיך ווארפן פון לאכן וויאזוי דער אומגליקליכער האלט באמת אז ער פירט קרית יואל. ער רעדט דארט פון זיינע פאליסיס און פון זיינע פלענער און וויאזוי די אלבאני פירערס האבן זיך געצה'ט מיט אים וויאזוי צו העלפן קרית יואל.
אויך שרייבן זיי אז נעקסטע וואך גייען זיי האבן א ערנסטע דיסקאשען צי מען זאל מאכן גארפיעלד ראוד פאר א טו וועי סטריט. די כעלמע ליינער פון דער באריכט האלטן אמת'דיג אז די אלייענס פירט קרית יואל און קען מאכן דעסיזשאנס צי מען זאל מאכן גארפיעלד ראוד פאר א טו וועי סטריט.
איך זאג ענק, נאכ'ן ענדיגן ליינען די צייטונג האב איך אמת'דיג געמיינט אז דזשאן קערי איז פרעזידענט און די דעמאקראטן האבן קאנגרעס און סענאט.
מען מיז דארכפארן דריי רעד לייטס צי קענען ציקימען צי די סאסמאן שול אויף גארפילד, ווייל גארפילד איז א וואן וועי. די וויליזש פין די אלייענס גייט עס סטאפן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב מער געלאכט ווען איך האב געזען אז יחזקאל בראך וויל וויסן וויאזוי ער זאל בויען זיינע נייע הייזער. ער וויל באמת הערן דעם דעת הקהל. ער וויל אפילו אונז זאמיר אים זאגן וואסערע מאטיריעל צו נוצן. וואס איז פלוצלינג געשען? האט ער זיך צוקריגט מיט דעם אינזשעניר וואס האט אים געמאכט די בלופרינט פאר די בילדינגס וואס ער האט געבויט ביז יעצט אין שטעטל פאר וועלכע ער האט געבעטן טאפ פרייז?
מעיאר יחזקאל בראך. אזוי האב איך ארויסגענימען פין די נייע צייטונג.
אויב מען האט געבאוט ערגעץ נייע טאילעטס איז עס נאר צי פארדנקען פאר יחזקאל בראך, אויב האט מען געקלינט די סאער איז עס נאר צי פארדאנקען פאר יחזקאל בראך, וכו' וכו'
ס'קיקט אויס אז זיי האבן געדראפט מעיאר מענדל שווימער אין שטאטס אויפגענימען א נייע מעיאר יחזקאל בראך. ער מאכט פאליסיס אין האט מיטינגס מיט גרויסע גרויסע פאליטישענס וועיגען די מצב פין קרית יואל.
קהל בויט יעצט א נייע בית מדרש אין די סאסוב גאס. ס'גייט הייסן בית המדרש דברי חיים ד'קהל יטב לב.
די בית מדרש ווערט געבויט דורך חיים נחום ווערצבעגער, אויף א שטח וואס ער האט אפגיקויפט פאר די 'עפארדעבל' פרייז פין דריי מיליאן דאלאר פין אליעזר שווימער (מענדעל'ס ברידער), אז ער זאל קענען דארט באען טייערע 'עפארדעבל' הייזער פאר קרית יואלע מענטשען.
די נייע צייטינג 'די באריכט' מאכט ליצנות פין זייערע נארישע ליינערס. קיקט וויאזוי זיי שרייבען וועיגען די בית מדרש.
ווער מיר יעצט געוואר אז די בילדינג איז גאר 'מנדב' גיווארען דורך אליעזר שווימער.
הרצחת וגם ירשת, קודם גיפראסן געלט פין קרית יואלער איינווינער, אין נאכדעים זיך דעקלערט אלס א תמימותדיגע נדבן אין די פורים צייטונג די באריכט
תוקן על ידי - תיבהאישית - 22/11/2004 8:37:14
[בילד – נישט אפגעהיט]
די בעל דמיון רעט זיך איין אז ער איז מעיאר פין שטעטל. ער דמיונ'ט אז ער האט מיטינגס מיט גרויסע פאליטישע פירער (ער זאגט נישט וואס זייערע נעימען זענען) אין ער פארהאנדלט מיט זיי וויזוי צי ברעינגען דירות קיין קרית יואל. זיין אדמיניסטרעישען האט אפילו 'פאליסיס' (פינקט ווי די בוש אדמיניסטרעישען...)
אלס קינד האבן מיר געשפילט הצלה אין פאליס. יחזקאל בראך שפילט מעיאר.
דעיס איז די העדליינס אין זיין צייטאנג.
תוקן על ידי - תיבהאישית - 22/11/2004 10:17:40
[בילד – נישט אפגעהיט]
אביסל געזומט. ליינט וויאזוי די רעגירונגס פירער האבן זיך ציגעהערט מיט אינטרעס איבער די פאליסיס פין די בראך אדמיניסטראציע
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט אז ס'איז זייער נישט שיין צו באשמוצן א איד, ספעציעל אזא איד ווי ר' יחזקאל בראך, וואס האט נאך קיינעם נישט וויי געטאן פערזענליך אין קרית יואל.
קענסט זאגן אז ער איז קעגן קיט"ל, נו, וועגן דעם איז ער נאכנישט אן אפיקורס, מסית ומדיח אדער מסור אז מען זאל אים דארפן אזוי שטארק אראפרייסן.
פארגעס נישט פון די אלע טובות און גמילות חסדים וואס ער האט געטאן פאר אידן.
חכמים הזהרו בדבריכם.
תוקן על ידי - גולםקלאץ - 22/11/2004 16:57:12
עס איז זייער מאדנע. די אהרונים שרייען אז דער באריכט איז א כעלעמער/נארישער צייטונג, אבער זיי שעלטן עפעס ביז צו די לבנה.
זעט אויס אז זיי ווייסן אויך אז די כעלעמער/נארישער צייטונג איז מער ווי סתם געשריבן.
יא! רבותי. עס קומט אי"ה גוטע צייטן אין קרית יואל. הרבני הנגיד ר' יחזקאל האט ב"ה זייער גוטע פארבינדונגען מיט די הויכראנגיקע באאמטע (וועלכע דער באריכט האט במכוון נישט אויסגערעכענט ווייל די מלאכי חבלה זאלן נישט קאליע מאכן...) און זיי זענען גרייט זיך אהערצושטעלן לטובת תושבי קרית יואל. זיי האבן קלאר אנערקענט דעם כח פון די אלייענס און זענען גרייט צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט זיי.
איך האב אויסגעפיגערט ווער די פאליטישענס וועלכע האבן זיך אראפגעזעצט מיט ר' יחזקאל זענען געווען...
באני קרעהעם און דזשעליביען...
די צוויי קאנדידאטן וועלכע זענען אינדארסורט געווארן דורך די אלייענס, און האבן אפגעהאלטן מיט גרויס הצלחה מעכטיגע דורכפעלער.
אויף די פראנט פעיזש פין דער באריכט ווערט געשריבן אז באני קרעהעם האט געשיקט א בריוו פאר די אלייענס, אז זי וועט אי"ה ווייטער ארבעטן פאר קרית יואל פון איר נארוואס פארלוירענעם זיץ.
קרית-יואל. כעלמער איז א קאמפלימענט פאר אזעלכע מענטשן.
מר. קרית_יואל:
עס קוקט אויס ווי די קענסט דאס פשוט נישט פארשטיין, אז די אלייענס קעלבלעך פירער, פירן זייער עולם ארויס אופן עולם התוהו, אדער אופן עולם הדמיון, אין זאך זאלסטו וויסן אז די אלייענס האבן שוין געפירט זייער עולם גולם נישט איינמאל אופן עולם התוהו, ווער געדענקט דען נישט ווען נאך די וואלן וואס זיי האבן פארלוירען (אנטשולדיגט! געווינען) האבן זיי איינגערעדט זייער עולם אז מען גייט "אינוועסטיגעטן" "אינוועסטיגעטן" "אינוועסטיגעטן" אין דער עולם גולם זייערע האבן נאך געגלייבט ווי נערנים, אין דאס זעלבע יעצט אויכעט, זיי האבן נישט קיין קאנעקשאנס מיט קיינעם, קיינער איז נישט אינטערסירט אויף זיי, קיינער קאנפארירט נישט מיט זיי, עס איז אלעס שטותים והבלים, עס איז אלעס נאר הוילע פראפאגאנדע "כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן"
די קומסט מיר שוין פאר ווי מען זאל זאגען אז פרעזידענט שיראק פין פראנקרייך אדער וויס איך ווער, קאנפארירט מיט קערי איבער די זיכערהייט פין אמעריקא, סטייטש קערי האט אנגעצויגן 56,000,000 אבער לוזער איז לוזער אין קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט,
תמצית היוצא, אין כאן לא מיטונג, לא קאנעקשאנס, לא האזינג, לא סוער, לא וואסער, לא דובים , ולא יער, אבל יש כאן "כפרה" גדולה, עטץ טויגטס אויף טויטע כפרות.
ביטע נישט ענטפערן פאר די אהרונים מ'דארף זיי לאזן רעדן צו זיך אליין.
באטרא
פאר עי טשעינדזש
איך האלט פונקט ווי דיר
אנגיין מיט דער באריכט, כמות שהוא ביתר שאת וביתר עוז
דאכט זיך, אז אויב וועט דאס אנהאלטן, וועט עטס באקומען א טשעק פון וועד הקרי', עטס טוטס די דזשאב פאר זיי סופער, עי וואן
קיפ אפ
די גרעסטע כעלעמישקייט פין די באריכט איז די פראנט פעיזש, ווי סשטייט א נייעס מיט ריזיגע קידוש לבנה אויתיות, אז באני קרעהעם, די אנטי קרית יואל קאנדידעט, וואס האט פארלוירען איר פארמעסט קעיגען די פראו קרית יואל קאנדידעט, ביי די פאריגע וואלען, האט ציגעזאגט פאר די אלייענס אז זי וועט ווייטער ארבעטען (פינקט אזוי ווי זי האט ביז יעצט געארבעט) פאר קרית יואל.
פאר די וואס כאפען נישט די דזשויק: באני קרעהעם האט פארלוירען די אסעמבלי פארמעסט
תוקן על ידי - תיבהאישית - 24/11/2004 1:32:51
[בילד – נישט אפגעהיט]
האמער שוין א ליסטע פון די וואס האבן געוואונען די וואלן אין 04':
פרעזידענט - דזשאן קערי.
אסעמבלי - באני קרעהעם.
מעיאר- יחזקאל בראך.
די ערשטע אישו אויף די אגענדע פון די נייע בראך אדמיניסטראציע:
מאכן גארפיעלד ראוד פאר א טו-וועי סטריט.
קוקט אויס אז ביי אסאך מענטשן איז פורים א גאנץ יאר.
איים סארי מיסטער תיבה אישית!! באני קרעהעם איז א לעגיסלאטור זי האט שוין און וועט ווייטער ארבעטען לטובת תושבי קרית יואל, אזוי ווי זי באטאנט און איר בריוו צו די KJ ALLIANCE
אדרבא קוק אריין נאיאמאל און איר בריוו עס איז געשריבן מיט די לעדערהעד פון ORANGE COUNTY LEGISLATURE
און זי וועט ווייטער ארבעטן לטובת די אלייענס
מיטן שטיצן אלע "אנטי" קרית יואל פארשלאגן
נישטא ווער עס זאל לאכן
אגב. קערי איז אויך געבליבן א סענאטאר, און האט אויך פארשפראכן אז ער וועט ווייטער ארבעטן פאר אמעריקא, "אזוי ווי ביז היינט"
....................................................
קעיזשעיאלייענס
איך גלייב אבער נישט אז איין צייטונג אין אמעריקע האט ארויפגעלייגט א ריזיגע העדליין מיט קידוש לבנה אותיות, אז קערי זאגט צו ווייטער צו ארבעטן פאר אמעריקע...
נו, פארדעם איז "דער באריכט" די בעסטע צייטונג
סיז אנגעקימען א נייע באריכט היינט דאנערשטיג
פון די בריוו זעט מען אז ס'באדערט זיי טאקע דאס אז מען מוז דורכפארן אזויפיל רויטע לייטס ביז ווען מען קען אנקומען צו סאסמאן שול
[בילד – נישט אפגעהיט]
די סאסמאן שול
[בילד – נישט אפגעהיט]