איך עפן אן אשכול וואו דער עולם וועט קענען דעבאטירן שוין נ'אמת'ן אן אלטע אישו, אבער לעצטנס שמועסט מען דערפון מער אין אשכולות. נעמליך: "שרייבערס באקומען באצאלט פאר זייער שרייבן אויף היידפארק?"
לאמיך מסביר זיין מיין קושיא:
ס'זענען דא אויפ'ן אינטערנעט אפאר מיליאן פארומס, וואו מענטשן שרייבן און טשעטן וועגן כל העולה על רוחם. אויף היידפארק אליין זענען דא הונדערטער פורמים, געווידמעט איבער אלערליי טעמעס, און דער עולם שרייבט אינגרויסן, בייטאג און ביינאכט אן קיין אפרו.
פארוואס, ווייס איך נישט. אבער אין דעם פורום איז עפעס אנדערע רולס. דא זענען פאראן חברים וואס אמאל אינמיטן זיך טענה'ן אויף עפעס, מען דעבאטירט פעסט וויאזוי ס'איז געווען און וויאזוי ס'גייט זיין, אינמיטן שיסט איינער צוריק צום צווייטן: "האסט נישט גוט געענטפערט, גייסט נישט די וואך באקומען באצאלט פון דיין באס".
איך ווייס נישט צו מענטשן האלטן טאקע אז מען טיילט געלט, אדער ווילן זיי סתם אזוי צוריק ענטפערן ווען זיי האבן נישט עפעס אנדערש וואס. כאטש ס'איז נאריש ווייל אויב דער צד השני באקומט באצאלט, דעמאלט ביסטו דאך אויך אן ארבייטער פאר געלט.
ביי מיר פריוואט ווייס איך אז כ'האב נאר שאדן פון שרייבן דא. אסאך צייט געב איך אוועק דערפאר און הלואי זאל איך טרעפן איינעם וואס טיילט געלט פאר שרייבן אויף היידפארק...
אלענפאלס איז אינטרעסאנט עס אויסצושמועסן אין פאבליק. וואס האלט דער עולם.
איז דא שרייבערס וואס באקומען באצאלט פארן שרייבן אויף היידפארק?
און אויב יא, איז עס פון מענטשן פריוואט אדער פון קאמפאניס?
פון אלע חסידות'ן וואס ווילן זיין געדעקט, אדער נאר וואו ס'איז דא מחלוקת, למשל 2 סאטמאר, באבוב, תו"א תוא"י, שטיינמאנס קומען קיין ניו יארק, וכו'?
ענטפערט תירוצים צו דער זאך. אויך אויב איז שוין געווען ערגעץ אנדערש אן ארטיקל אדער אפהאנדלונג אויף דעם, איז ווערד עס אריינצושטעלן דא