איך האב זיי ביי מיר אין בעיסמענט
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
מעגסט שוין איבערמאכן דיין פלאור...
אגב, האסט געפרעגט רשות פון דיין גאסט פאר די האסט גענומען פון אים א בילד?...
סהייסט סילווערפיש כפלעג אויך ליידן דערפון און מקען כמעט גארנישט טאן
קענסט רופן א עקסטערמינעטער אבער זיי גאראנטירן נישט אז סוועט נישט צוריק קומען
זיך אליין ספראווען דערמיט האט אויך נישט געהאלפן, כהאב ערשט פרובירט נאכלויפן אבער די חברה האבן טויזענט פיס און זיי לויפן שנעלער ווי מיר מיט מיין הויקע... זיי זענען געפערליכע בחורים, כפלעג זיי טרעפן אויף מיינע העמעדער און אסאך מאל אינדערפרי אויך אין די שיך... צירל האט עס נישט אויסגעהאלטן, צום סוף האב כגעניצט קאכעדיג בריהעדיג וואסער, פון דעם גייען זיי א גאנג אויפן פלאץ, בדוק ומנוסה
גרייט נאר צו האנטוכער בעפאר ווייל ביי מיר האט דער שכן פון אונטען געמאכט שרעקליכע קולות וברקים אז סרעגנט ביי אים אראפ (אדער מאך עס אין א טאג ווען סרעגנט סייווי)
הצלחה רבה
שפירץ זיי אן מיט א ביסעל ווינדעקס נאכדעם קענען שוין נישט לויפען
אין זע אז דיין הויז זאל נישט האבן קיין פייכטע פלעצער שטיינערענע פאלארס איז אביסעל בעסער
פארמאכט אין לייג אביסעל סיליקאן ביי אלע עקען פין דיין הויז אין בפרט ביים וואש רום ביה"כ אין אלע סינקס