וועמענס איז דע בית מדרש
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ספרדישער שלמה יאבוי וואס האט ליב נאכצוזאגן פון ר' אביגדור מילער. כ' מיין אז ער פלעגט אים גיין הערן.
האט ער עפעס מיט לעמבערגער רב? איז ער אן אייניקל? אדער סיי וואס פאר א שייכות? אדער האט איהם איינער געגעבן געלט דערפאר?
ער הייסט שלמה יאבוי? ער איז א ספרדישער?
איך מיין אז אין "דער איד" איז לעצטענס געשטאנען ביי עפעס א מסיבה אז עס האט זיך באטייליגט הרב אברהם שלמה יאבוי שליט"א אבד"ק נטעי אביגדור ד'לעמבערג און איך האב געפרעגט מענטשען ווער דאס איז יעדער האט געזאגט אז דאס איז איינער וואס האט געהאט א שייכות צו הצדיק ר' אביגדור מיללער זצ"ל אבער קיינער האט נישט גערעדט פ"וו עס הייסט לעמבערג
איז "יאבוי" בכלל א ספרדישער נאמען?
אנטשולדיגט, איך האב גארנישט געמיינט עפעס אנטי. איך האב נאר פארגעסן צוצולייגן דעם טיטול "הרב".
מיטן לשון "ספרדי'שער" האב איך נישט אינזין געהאט לגנאי, נאר דאס איז דער טרוקענער מציאות. ער הייסט [הרב, הרה"ג, הרה"צ, הגה"צ] שלמה יאבוי וואס שטאמט פונעם שבט הספרדי. ער איז א חשוב'ער יונגערמאן, ס'איז א נחת אים צו הערן רעדן. ער איז א קלוגער, פארשטענדליכער און בא'טעמ'טער. די שול האט ער געעפנט לעילוי נשמת ר' אביגדור מיללער און שפעטער איז צוגעקומען דער נאמען לעמבערג.
פארוואס לעמבערג, איך ווייס נישט. וויפיל אידן עס דאווענען דארט, איך ווייס נישט. אשכנזי'שע אדער ספרד'ישע, איך ווייס נישט. ליטווישע תלמידים פון ר' אביגדור אדער חסידישע יונגעלייט, איך ווייס נישט. מעריצים פון שלמה יאבוי אדער געגנט איינוואוינער, איך ווייס נישט. און עס אינטרעסירט מיך נישט!
דער עיקר נאך א שול אין וויליאמסבורג. יגדיל תורה ויאדיר. אסאך הצלחה פאר שלמה יאבוי מיט זיין שול
וואס גייט פאר מיט דיר.
---- אנטשולדיגט, איך האב גארנישט געמיינט עפעס אנטי. איך האב נאר פארגעסן צוצולייגן דעם טיטול "הרב".
שוין פארגעסן???
----אסאך הצלחה פאר שלמה יאבוי מיט זיין שול
איך האב אמאל געליינט אין איינער פון די צייטונגען אז עס הייסט לעמבערג ווייל דער נדבן איז א אייניקל פון איינער פון די גדולי ישראל וואס זענען געווען רב אין לעמבערג, כרגע געדענק איך נישט מער פרטים.
רבותי ברענגטס בילדער און מאכטס א דיסקאשען
יעצט מיט א תלמוד תורה
וועמענס איז דע תלמוד תורה
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז דער פראסטאקער רבי?
[בילד – נישט אפגעהיט]