היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פרישע בריוו אנגעקומען אין קרית יואל

פרישע בריוו אנגעקומען אין קרית יואל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1189783

זשוליאני08 » 18/11/2004 16:55

א פרישע בריוו איז אנגעקומען אין קרית יואל, אונטערגעשריבן דורך קרית יואל שטייער צאלער אסאסיעישאן,

איך כאפ נישט פונקטליך וועמען מען מיינט דערמיט און וואס דער ציל דערפון איז.

ווער ס'קען עס ארויפלייגן דא, שכרו הרבה מאוד.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 18/11/2004 16:58:35

שדים_טאנץ » 18/11/2004 17:43

עס איז די צווייטע בריוו וואס די ארגאניזעישאן שיקט (מסתמא אנגעפירט דורך אהרונים). זיי פארלאנגען פון די ווילידזש צו צווינגען יחזקאל בראך צו בויען עפארדעבל דירות אויף זיין פראפערטי, אויב ענעקסן זיי עס.

יחזקאל בראך האט זיך שוין געבראכן אז ער וועט בויען עפארדעבל דירות, אבער ער האט זיך דאס נישט אונטערגענומען מיט לאיערס.

זיי האבן אויך אנדערע שכל'דיגע פארלאנגען. כ'וועל שפעטער אריינגיין דערין אויב האב איך צייט.

תיבהאישית » 18/11/2004 22:52

די בריף
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 18/11/2004 22:57

ענד
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 18/11/2004 22:59

גאנצע אויפאמאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 19/11/2004 00:36

נעבעך, עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן.

ערשטענס: אז ר' יחזקאל בראך האט זיך געבראכן...
נישטא נאך איינער וואס זאל זיין גרייט אזויפיל צו צושטעלן פאר קרית יואל ווי ר' יחזקאל!
ווער עס האט זיך געבראכן איז מאיר הירש מיט די ועד הקרי' וועלכע האט געמוזט אנהויבן בויען "עפאורדעבל" דירות זייט די קרית יואל "אלייענס" האט דאס געמאכט פאר אן אישו.

צווייטענס: אז עס איז די צווייטע בריוו וואס די ארגאניזעישאן שיקט (מסתמא אנגעפירט דורך אהרונים). זיי פארלאנגען פון די ווילידזש צו צווינגען יחזקאל בראך צו בויען עפארדעבל דירות אויף זיין פראפערטי.
עס שטעלט זיך ארויס אז מאיר הירש מוז שיקן עטליכע טויזענט בריוו אויפ'ן חשבון פון די "שטייער צאלער" (פאר ועד הקרי') כדי צו קענען שיקן א מעסעדש פאר'ן הויכגעשעצטן מעיאר ווידער און זיין קאבינעט...
מען נעמט נעבעך דאס תמימות פון א ציבור אידן און מען מאכט זי פשוט צום נאר... "א שטייערצאלער ארגאניזאציע" אדער א "שטייערנעמער ארגאניזאציע"???
נישטא באמת ווער עס זאל לאכן...

תוקן על ידי - קרית_יואל - 19/11/2004 0:48:03

קרית_יואל » 19/11/2004 00:48

און נאכ'ן לייענען דעם בריוו פון די "שטייערנעמער אסאסעישאן" בין איך געקומען צו די מסקנא אז "דער באריכט" מאכט א גוטן דזשאב!!!!

איך ווייס נישט ווער עס גיט ארויס דעם "באריכט" אבער איך מוז אים/זיי זאגן: תחזקנה ידיכם!!!!

באראש » 19/11/2004 02:16

וועמען ווילסטי פארנארען? אפשר זאגסטי מיר איין זאך וואס יחזקאל האט געטאן פאר קרית יואל. אפשר זאגסטי מיר איין בילדינג וואס ער האט מנדב געווען? איין נדבה וואס ער האט געגעבן פאר א קרית יואל'ער אידן, חוץ אויב ס'האט געהאט צו טאן מיט'ן ציברעכן די הנהגה פין קרית יואל

יעדע קליין קינד אין קרית יואל ווייסט וואס יחזקאל'ס ציל איז. ער האט אן אלטן חשבון מיט מאיר הירש און ער וויל אים אונטערברענגען פאר כל הון דעלמא.

ווען יחזקאל האט אריינגעגעבן אן אפליקעישאן ביי די טאון צו בויען הייזער אויף זיין פראפערטי, האט ער געשריבן אז ער וויל דארט בויען גרויסע באקוועמע לאקזשערי דירות, נישט קיין עפארדעבל האוזינג. ערשט נאך די פריערדיגע בריוו פון די שטייער צאלער אסאסיעישאן האט ער זיך געבראכן.

די אלייענס האט געפייט פאר עפארדעבל דירות? נישטא ווער ס'זאל לאכן. קוק וואספארא הייזער מען בויעט אויף די פראפערטיס וואס באלאנגט פאר די אלייענס פירער און אלייענס אוהדים, ווי למשל יוסף דוד הירש, אליעזר שווימער (מענדל'ס ברודער), חיים הערש ליימזידער, יצחק שווארץ ועוד, ועוד.

דער ערשטער מענטש צו בויען טייערע דירות אין שטעטל און ארויספרעסן ביטער געלט פון ארימע מענטשן איז געווען יחזקאל בראך (און זיין שותף משה פריעדמאן) ביי זיין פראפערטי אויף פילמאור קאורט אונטער די רביצינ'ס הויז.

גרויסע צולייגערס. זיי פייטן פאר עפארדעבל דירות. אפשר בויט עטס אויף איין עפארדעבל דירה אויף ענקערע לאטס?

Put your money were your mouth is!

KJAlliance » 19/11/2004 04:13

קרית יואל

איך ווייס פון דריי פלעצער ווי יחזקאל בראך האט געבויעט דירות אין קרית יואל

ליזענסק, אויבן די בארג

פילמאור אונטער די בית המדרש

קאזשניץ, אין בעק פון די עי ווידער

ביזט מכובד, צו זאגן וויפיל די הייזער האבן געקאסט

און נאכדעם, קענסטו צולייגן די הסברים

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

SRULI2 » 19/11/2004 16:24

THE FIRST VAN FOR GEMACH HATZOLOH

KJAlliance » 19/11/2004 16:43

סרולי די ערשטע און דריטע וואגן פאר גמח הצלה האט געגעבן דער "טרעזשוער" פון ווילידזש ר' יצחק מארקאוויטש

15000 פון די צווייטע ווען האט געגעבן יחזקאל בראך, און 10,000 האט געגעבן ר' יצחק מארקאוויטש, כאטש יחזקאל האט פארלאנגט די גאנצע נאמען

זינט דעמאלט, פרעג הנהלת גמח הצלה, אדער פאר די זעלבע געלט, הנהלת הצלה וואס זיגי האט אמאל פאר זיי אויך געגעבן א "חלק" פון די געלט פון אן אמבולאנס, ווי אזוי דער משוגענער הונט שעלט, ווען מען בעט אים געלט, פאר הצלה, גמח הצלה, אדער ענדליכס, חוץ פאר בני יואל אדער זאליס

סרולי גראו אפ, אור קיפ קווייאיט