היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » רונדע בחורים ארויסגעווארפן פון ישיבה

רונדע בחורים ארויסגעווארפן פון ישיבה

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1187570

AROINIE » 16/11/2004 17:55

עטליכע בחורים האט מען ארויסגעווארפן פון ישיבה (((אויסגעמעקט ווערטער דא אויפ'ן פארלאנג פונ'ם שרייבער))) ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן

תוקן על ידי - davka - 16/11/2004 22:07:31

getme » 16/11/2004 19:02

איך זע נישט קיין סיבה פארוואס די באשמיצט א פריוואטע בחור א זאך וואס די וועסט קיינמאל נישט קענענן תשובה טיען

KJAlliance » 16/11/2004 20:56

וואס פארשטייסטו נישט

נאר מענדל שווימער און זיגי בראך זענען יחידים

דער רב שליט"א אלעס עסקנים אין קרית יואל פון די אהרונים

זענען פאבליק פיגורן

נישט נאר זיי

זייערע ווייבער, קינדער, משפחה, קרובים

דאס איז יושר ביי די חברה, נוסח זייערע זיידעס אין סדום

AROINIE » 16/11/2004 21:01

חס ושלום איך וויל נישט באשמוצן א פריוואטע בחור וועגען דעם האב איך זיך געהוטן פון ארויסשרייבן נעמען. וואס איך וויל יא ארויסברענגען איז די "היפאקרעסי" וואס גייט אן און די ישיבה די לעצטע צייטן. זייט עס האט זיך אנגעהויבן די פאליטיק און סאטמאר און ס'האט זיך געשאפן א קאמפעטישן וועמענ'ס ישיבה עס שטייט בעסער האט זיך די גאנצע פנים פון די ישיבה געטוישט. רביה"ק האט געגרינדעט די ישיבה נישט ווייל ער האט געוואלט פון די אמעריקאנע בויעס א מהר"ם שי"ק ער האט געוואלט האבן א דור פון פיינע ערליכע בעל הבתים ווי באקאנט האט ער א כולל נישט געוואלט האבן ביז מ'האט עם געזאגט אז די אינגערלייט גייען צו אנדערע כוללים און מהערט זיך אן מיט ציונות אדג. האט ער יא געמאכט דעם כולל. ער האט זיינע חשובסטע אידן געשיקט ארבעטן וו.צ.ב.ש מוה"ר אלחנן טייטלבוים שליט"א. דאס אלעס ברענגט ארויס אויפן שפיץ גאפל די פנים וואס די רבי האט געוואלט זיין אמעריקאנע דור זאל האבן. די זעלבע זאך האט ער געוואלט מיט זיין ישיבה אז עס זאל זיין א צוגרייטונג פאר'ן לעבן. ער איז נישט געווען נייגעריג צו "קאמפיטן" מיט די ליטווישע ישובות ווער סקען מער בלעטער גמרא. ער האט געוואלט האבן א ישיבה ווי איעדע בחור וואס האלט זיך מיט די שיטה הקדושה זאל האבן פלאץ און זיין ישיבה און יעדעם זאלן די מחנכים ארויסברענגן וויפיל מקען און די בחור זאל זיך נישט דרייען און די גאס. היינט צוטאג איז די ישיבה פארוואנדעלט געווארן און א פלאץ ווי מ'קאכט פאליטיק און די גאנצע ציל איז געווארן צו ווייזן אז אונז האבן א ישיבה מיט גאונים וכדומה (פאנאוויטשע סטייל) און עס דרייען זיך נעבעך ארום פול מיט צובראכענע עלטערן און בחורים ערליכע פיינע אידישע בחורים וואס די רבי וואלט זיי מקרב געווען מיט שתי ידים און זיך געפרייט אז עס עקזעסטירט נאך בחורים מיט די ריכטיגע אמונה. נעמט מען אזעלעכע בחורים און מ'שטעלט זיי ארויס פון ישיבה זיי זאלן גיין זיך דרייען און די גאסן און אינגאנצן פארפאלן גיין אלעס צו וייזן אז אונז האבן א ישיבה נאר פון מצוינים און דאס איז א היפך פון וואס די רבי האט געוואלט און מ'שעמט זיך נישט נאך אגאנץ יאר אנטוהן די רשעות צו קומען כ"ו אב און זיך "איידענטיפייען" מיטן רבי'ן. האב איך געפיהלט אז יעצט ווען מ'האט ארויסגעווארפן א פרישע צענדליגע בחורים אביסל דורכשמועסן דעם ענין.

העטעכפעטעך » 16/11/2004 21:10

אבער גרינדן א ישיבה אין די שטאט וואס איז היפך דעת קדשו פין רבינו הקדוש זי"ע מחמת טעמים הידועים, שעמט מען נישט זיך צי "אינדענפייען" מיטן רבין, אין מען רופט דאס נאך אן "מחזיר עטרה ליושנה" אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה.

איך וועל נישט אריין גיין יעצט אין פרטים וואס ווי מען זעט ווי ווייט די רבי איז געווען גערעכט, מיטן אוועק נעמן די ישיבה פין די שטאט, וד"ל.

AROINIE » 16/11/2004 21:10

KJAlliance איר דארפט פארשטיין אז דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוברענגן די פאליטיק פון די רב שליט"א און ר' זלמן לייב איך בין אויך אן אהרוני ווען נישט געב איך נישא קיין קרעפ וואס עס טוהט זיך מיר טוהט וויי וואס מען טוהט טאקע מיט אונזערע מענטשן אליין די אלע בחורים וואס מען לאט זיי פארפאלן גיין זענען אונזערע אייגענע. אויב די פארשטייסט דאס נישט קען איך דיר נאר זאגן איין זאך אז איר וועט נאך אויפוואקסן און עס קען נאך אהיימקומען צו אייך אויך. אסאך צולייגערס וואס האבן געהאט "פאוער" צו טוהן וואס זיי האבן געוואלט האבן געמיינט אז זיי זענען באווארענט און ס'איז זיי שיין אהיימגעקומען

תוקן על ידי - davka - 17/11/2004 2:18:44

guar » 16/11/2004 21:14

ווי גייט נאר דאס ווערטל "מיט אזעלכע פריינט ווער דארף נאך שונאים".

AROINIE » 16/11/2004 21:20

העטכפעטעכ איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן וואס איך האב גיענפערט פאר KJAlliance . ביטע זיך האלטן צו די פאינט און נישט פארקריכן צו די אלע פאליטיק וואס לייגט אונז אלע צוגרונט. דאס איז וואס איך טענה אז די אלע פאליטיק האט אונז אריינגעברענגט און א מצב וואס מ'האט פארגעסן ווי אזוי צו טראכטן גראד. איר טוהט יעצט די זעלבע זאך מען דיסקאסט אן ערענסטן פראבלעם און גראד ביסטו שוין אויפן קאמפעטישן ליניע

getme » 16/11/2004 21:29

איך וועל דיר נאכאמאל פרעגן די זעלבע קשיא פארוואס פארוואס באשמיצטסטע אין ראשי תיבות א פריוואטע בחור אית דין ואית דיין ?? ווען די זאלסט האבן איין ספק איין ספק אז איינער פארשטייט נישט די ראשי תיבות וואלט עס נישט געשטאנענן!!

מנהל נעם אראפ די נאמען עס איז דיין אחרוית

getme » 16/11/2004 21:32

איך האב פארגעסן צי שרייבן
איך האב גארנישט מיט די משפחה גארנישט פלען א אידישע מיטגעפיל פאר א אימשילדיג בחור

AROINIE » 16/11/2004 21:34

getme איך וויל מיך אנטשולדיגן עס קען זיין אז עס איז געווען א נארישע אקט. אזוי ווי איך בין ברענד נוי אויף הייד פארק ביטע זאג מיר וויאזוי איך קען עס אראפנעמען און איך וועל עס אראפנעמען תיכף ומיד

העטעכפעטעך » 16/11/2004 21:36

'AROINIE'

טאמער מיינסטו טאקע עפעס אויפציטהון אזוי ווי די פראבירסט דיך אראפ צי שטעלן, דעמאלטס ווייסטו זייער גוט אז דער פלאץ דערפאר איז נישט הייד פארק, נאר גיי רעד מיט די הנהלת המתיבתא.

DONT FOOL YOUR SELF

getme » 16/11/2004 21:53

aroinie
איך ווייס אויך נישט ווי אזוי מען נעמט עס אראפ
נאר א גיטע עצה שרייב קיינמאל נישט אויף קיינעם ווייל מען קען זייער שטארק חרטה האבן אין די האסט נישט קיין שים קנטראל וואס עס געשענט ווייטער מיט דיינע ווערטער

תוקן על ידי - getme - 16/11/2004 21:56:39

AROINIE » 16/11/2004 21:54

העטעכפעטעכ איך האב הנאה אז די פרעגסט די קשיא און טאקע אויף דעם האב איך געווארט. מען האט פאר בערך צוויי יאר צוריק אויפגענומען א נייע הנהלה פון יונגע ראצערס וואס זיי טאקע די וואס שטיצן די סארט אקטן. די נייע הנהלה זענען יונגע חברה וואס האבן נאך ניטאמאל אן אהנונג וואס מיינט האבן א בחור און דע יארגאנג א הארץ האבן זיי פון פלעסטיק (ווייל זיי מיינען אז ווייל עס גייט זיי יעצט גוט זענען זיי באווארנט). איך אבער געווען פעראנעל אינוואלווט און עטליכע קעיסעס ווי מ'האט געטרייט אלע מינע וועגן און עס האט גארנישט געהאלפן. טאמער א בחור טוהט א קליינע עולה רופט מען ארויפ דעם טאטן און ישיבה אפיס און אפאר אינגעלייט וואס קענען זיין קינדער פון דעם באטרעפענדן הייבן אן צו צאפן בלוט ממש אן רחמנות גלייבט מיר עס טוהט מיר זייער וויי אז איך האב געדארפט אנקומען צו מיין לעצטע אלטערנעטיוו און ארויסקומען און פאבליק מיט די אלע מעשה אכזריות טאקע און ישיבה אפיס. וויפיל טרערן האבן שוין טאטעס פארגאסען און די אפיס און מ'האט קאלטערהייט גיגעבן א ווישאויף די טרערן און גיגאנגען ווייטער. איך מיין איר זאלט זיך נישט אליין פאלן. עס זעהט מיר אויס אז די האסט נאך נישט קיין קינדער איך וואונטש אייך נאר איין זאך איר זאלט קיינמאל נישט פארשטיין וואס איך רעדט צו אייך

KJAlliance » 16/11/2004 23:29

אהרוני

ביזט גערעכט מיט דיין לעצטן פוינט

צו עס איז מצוינים ישיבה, אדער א קהלה ישיבה

אבער וואס דו האסט געטוען ווערט ניטש פארענטפערט

ווייל דעם בחור'ס טאטע האט קיין שייכות, מיט די אויבענדערמאנטע דעציסיע

מודה ועוזב ירוחם

AROINIE » 17/11/2004 00:13

KJAlliance איר זענט 100% גערעכט און איך האב געבעטן דעם מנהל זאל עס אראפנעמען און ער האט עס אראפגענומען. די סיבה פארוואס איך האב עס ארויפגעלייגט איז ווייל איך האב געהאלטן אז איך שרייב נאר אינישעלס וועט קיינער נישא כאפן ווער עס איז נאר איינער וואס ווייסט סיי ווי אבער אזוי ווי מען האט מיר מעורר געווען האב איך תיכף געזען מען זאל עס אראפנעמען.

איך זעה אויך אז די האסט איינגעזעהן אז איך מיין נישט חלילה שנאת חנם בעט איך אייך אז איר זאלט שטיין צו מיין רעכטע היינט און פרובירן משפיע צו זיין אויב וועם איר האט א כח צו טאן עפעס צו לייזן דעם פראבלעם

KJAlliance » 17/11/2004 05:37

אהרוני

טאקע ווייל איך ווייס דער פראבלעם

קען איך די זאגן מיט א זיכערקייט - "ליידער" - אז עס גייט נישט זיין קיין סאלושען, עני טיים סון

חבל על הזמן

נאך איינע פון די תוצאות אז סאטמאר איז א דזשאוק, אלעס איז הפקר

און דאס ביזטו 101% גערעכט די בלוט פון די אלע טאטע, איז נישט קיין חכמה צו שפילן

ובפרט די אלע וואס מיינע עס ..... לשם שמים!!!!!!!!!!!!!!

AROINIE » 18/11/2004 18:15

אזוי ווי העטעכפעטעכ האט גיפרעגט א גוטע שאלה וויל איך אייך אלע מודיע זיין אז איך האב גיענפערט אויך און איך האב באקומען אסאך אימעילס צו עס סופורטן. די מנהל האט עס נאר אראפגענומען עס קען זיין אז ער האט זיך געפילט געטראפן דערפון (אמת שטעכט דאך). אבער אזוי ווי איך זעה אז און די פורום לאט מען נישט זאגן וואס מען וויל וועל איך עס גיין איבערפאוסטן אויף אנדערע פורומס.
און צו דער מנהל וויל איך זאגן אז איר קענט דאס אויך אראפנעמען (ווייל אמת שטעכט) אבער לכאורה וועט אייער פורום נישט האבן קיין קיום ווייל למשל איך קיק עס מער נישט אהן

יישר כוחכם

פון דוקא: אהרוני וואס פארפירסטו? האסט קלאר ארויסגעשריבן איך זאל אראפנעמען פריוואטע אינפארמאציע קעגן יחידים. אז דו ווילסט לייג איך עס צוריק. איך האב נאכנישט אראפגענומען קיין שום תגובה ביז היינט חוץ דיינע ווייל דו האסט עס פארלאנגט.

תוקן על ידי - davka - 18/11/2004 20:09:48

AROINIE » 18/11/2004 20:24

דוקא איך האב געפאוסט א לאנגע ענטפער צו העטעכפעטעכ אויף וואס ער האט גיפרעגט פארוואס איך גיי נישט צו די הנהלה. ווי איז עס פלוצלונג פארשוואונדן געווארן

ענטפער פון דוקא: דארט האסטו פונקט אזוי גערעדט אויף יחידים. איך האב נישט געוואוסט וואס דו ווילסט איך זאל יא מעקן און וואס נישט. ווילסט דוקא לייג איך עס צוריק.


תוקן על ידי - davka - 18/11/2004 20:41:22

AROINIE » 18/11/2004 21:52

יחידים הייסט נישט ווען מען רעדט און א כלליתדיגן שפראך אויף מענטשן וואס זענען נישט יחידים נאר זיי זענען פובליק פיגורס און לעוונותינו הרבים ווייסן זיי זיך נישט צו שעמן פון זייער מעשים תעתעום. איך האב נאר געבעטן אראפ נעמען די אינישעלס פון א יחיד פונעם ערשטן מודעה. איך האב דיך געהיילייט פונקטליך די ווערטער וואס איך האב געוואלט אראפ נעמען.

יישר כוחכם פארן איינזעהן דעם אמת און פאר'ן צירוק לייגן די וויכטיגע פאוסט פונעם אשכול

מודים דרבנן היינו שבחיהו

davka » 19/11/2004 05:06

די אשכול איז צום באדויערן געווארן א צענטער פאר בחורים, אויסצוגעבן זייערע פראבלעמען איבער זייער הנהלה און מגידי שיעורים. בחורים האבן זיך גענומען דא צו אטאקירן זייערע מנהלים און מגידי שיעורים (די תגובות זענען אויסגעמעקט געווארן.)

עס איז דעריבער געווארן געשלאסן און די טאפיק איז אראפ פון טיש.

בחורים זאלן זיי מוחל גיין צו חדשות בחורים. נישט דא.

דער פארום הייסט "וואס איז נייעס אין קרית יואל"

נישט "וואס איז נייעס אין ישיבה"