עף בי איי זוכט סעקשאן 8 פארלעצער אין ק"י
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1187512
ברעיקינג נוס.
די FBI איז יעצט אין קרית יואל ווילעדזש אפיס און זוכט פיילס פון 120 מענטשן וועלכע האבן סעקשאן 8.
איר האט געוואלט פרעזידענט בוש? דא האט איר אים.
נארישקייטן.
וואס האט עס מיט בוש צו טאן? עס האט צו טאן מיט די שווימער קאמפיין און מיט קעי דזשעי אלייענס, וועלכע האבן איבער די לעצטע פאר יאר גע'מסר'ט צענדליגער אידן ביי די וואלן און געפירט צו אינוועסטיגעישאנס אויף הונדערטער אידן.
יעצט באצאלט קרית יואל א פרייז דערפאר.
לויט ווי איך הער נישט זייער קראנט, זיי קוקן טאקע וועגן די אכטע חלק, אבער עס האט גארנישט מיט די עף. בי. איי. דאס איז סטריקלי האד
האד טוט באאבאכטן די האוזינג און זיי נעמען יעצט די פיילס צו זיך, זיי זאגן אז זיי האבן אן ארדער צו נעמן אלע פיילס פון די אכטע חלק,
קיין שום שייכות מיט די ווילעזש נאר וועגן פריוואטע מענטשען.
די ווילעזש פירער ובראשם די מעיאר זענען שוין אקטיוו און דעם ענין און ארבעטן אויף אלע פראנטען צו וויסן ווער עס שטייט אונטער די אלע מסירות און וואס די פראבלעמען זענען, פ"וו קומען זיי פונקט יעצט קיין קר"י
עס האט דירעקט יא א שייכות מיט די בוש אדמיניסטראציע. די בוש אדמיניסטרעישאן זוכט צו שניידן סעקשאן 8 פראגראם דורך אראפווארפן מענטשן פונעם פראגראם, וועגן דעם פירן זיי דורך אינוועסטיגעישאנס, ספעציעל אין אידישע געגנטער, ווי עס איז שוין געווען באריכטעט אין די צייטונג און בלאט די לעצטע פאר וואכן.
לויט ווי איך הער יעצט איז עס פיל ארגער ווי מען האט געמיינט.
עס איז טאקע נישט די FBI. עס איז אינספעקטארס פון די אינספעקטאר דזשענעראל'ס אפיס פון האד, אבער זיי זענען געקומען מיט א סובפינע פון די FBI.
ווי זיי זאגן זענען 120 תושבי קרית יואל, אהרונים, זאלונים און בני יואל, אונטער אויספארשונג פאר פראוד, רח"ל, און דערפאר זוכן זיי די פיילס.
מען דארף גרויס רחמי שמים.
תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 16/11/2004 17:24:23
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 16/11/2004 17:23:34
איך בין יעצט געוועין אין די וויליזש אפיס. אינדראסן שטייען נישט קיין פאליס קארס אדער גאווערמענט קארס.
אינעווייניג האב איך געזען פינף מענטשען, 3 מענער אין 2 פרויען. זיי זענען אין די אפיס פון די האוזינג דעפארטמענט.
זיי זענען זייער שטרעינג, אבער איך האב געכאפט א פיקטשער בגניבה, מיט מיין סעלפאן, וויאזוי זיי נישטערען צווישען באקסעס מיט פאפירען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
שדים טאנץ!
איך ווייס נישט גענוי וואס עס גייט פאר, אבער דו ווייסט שוין פונקטליך אז די שווימער קאמפיין מיט די אלייענס זענען שולדיג!
לויט ווי איך פארשטיי איז פונקט פארקערט, פון דעם וואס מען שלאגט זיך מיט'ן גוי און מען שפרינגט אים אין פנים, פון דעם וואס מען איז גורם אז די גוים זאלן דארפן אונטערנעמען מאסן אונטערשריפן צו די פאליטישן קעגן קרית יואל, פון דעם קען קיין גוטס נישט ארויסקומען.
פונקט פארקערט, דער שווימער צוגאנג אז מיר אנערקענען אז מיר זענען אין גלות ביי די גוים, דאס האט אלץ געברענגט די בעסטע רעזולטאטן פאר אידן.
מורי ורבותי!
שטעלט איךך דא אפ, און הערט אויף צו שרייבן!
זייט זיכער אז די חברה קוקן אויף היידפארק אויך (אזוי ווי ריכטער באראש פלעגט טוהן) און גיבט זייער אכטונג אויף יעדעס ווארט וואס איר שרייבט.
און א ווארט צום מנהל!
גיב אכטונג אז היידפארק זאל נישט זיין א שליסל פאר די שונאי ישראל
KJFIREMAN
אפשר זאגסטו מיר ווען איז געבוירן געווארן די אזויגערופענע "שווימער צוגאנג"?
ווען חיים הערש ליימזידער האט זיך פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינטל, כדי אויסצונארן די שכנים פון קרית יואל?
ווען ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל איז געגאנגען אין קאורט קעגן אלע שכנים פון קרית יואל, פשוט'ע גוים, פלעינע איינוואוינער, ווייל זיי האבן נישט געוואלט האבן קיין אידישע שכנים?
ווען וואלי לעפקאוויטש האט נאמינירט קאנדידאטן פאר מאנרא וואודבערי סקול באורד, צו ווייזן פאר די גוים אז "מיר קענען אויך"?
ווען ר' מענדל שווימער האט איינגערעדט פאר די טאון אז זיין בילדינג אויף לארקין ראוד גייט זיין א ווארקינג שאפ און נישט קיין סקול? וואס נאכדעם איז געווען א שרעקליכער חילול השם ווען די טאון אינספעקטאר האט זיי געכאפט ביי די מעשה און עס איז געווען ברייט באריכטעט אין די לאקאלע צייטונגען?
איך קען אנפילן נאך גאנצעטע פעידזשעס איבער די אזויגערופענע "שווימער צוגאנג" אויב ווילסטו דירעקט. זיי מוחל פאנג מיר נישט אן צו רעדן וועגן א "שווימער צוגאנג".
תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 16/11/2004 18:08:49
ווי איך הער יעצט האבן זיי געברענגט א ליסטע פאר די האויזינג אפיס פון180 נעמען תושבי קרית יואל, [ווארשיינליך נישט יעדע נאמען האט די זעלבע מאס פארדעכטיגקייט] מיט א סובפינע פון א ריכטער בעטענדיג די פאלגענג פיילס פון די הייזער, און זיי זוכן דאס אליינס אויף
תוקן על ידי - yones69 - 16/11/2004 17:56:56
KJFIREMAN
אה אוודאי אין פאר דעם האבן זיי אינדארסט אלע אנטיסעמיטען פין אראנדזש קאנטי, וואס האבן אפען געפרעדיגט אז זיי ווילן אינטער ברענגען קרית יואל אין דאס איז געווען זייער עיקר קאמפיין אישו,
אין נישט פארגעסן אז די קאמפיין אישו פין די אנטיסעמיטן איז געקומען אופן אינציאטיוו פין די "שווימער אלייענס" גרופע, וואס ווילן ציזאמען מיט די אנטיסעמיטן אינטערברענגן אלעס היל"ת, אין א בחינה פין גם לי גם לך לא יהי'.
אנטושלדיג! כ'האב פארגעסן "אלס גלות יוד ווילן זיי אלעס ציברעכן"
נישטא ווער ס'זאל לאכן.
תוקן על ידי - guar - 16/11/2004 17:45:51
ווי איך הער קען מען זיין רואיג אז קיין גרויס שווינדלערייען וועלן זיי נישט טרעפן דארט, ווייל יעדע דאקומענט איז 100 פראצענט געזעצליך אויסגעהאלטן ב"ה, און אלעס איז איז געמאכט געווארן 100 פראצענט לעגאל, עס וועט נאר קאסטן אביסל קאפ וויי, צוליב די בייזוויליגע מסירות פון עטליכ אומפאראנטווארטליכע מענטשען, וואס האבן טאקע נאר געמסר'ט עטליכע מענטשען אבער דאס האט אריינגעברענגט מערערע אין בילד. וד"ל
די "שווימער צוגאנג" האט מען געקענט זען ווען די אלייענס האט געוואלט שטערן צו בויען סיידוואקס אין קרית יואל, כדי צו בארואיגן די שכנים וואס האבן נישט געוואלט אז קרית יואל זאל זיך ציוואקסן.
די "שווימער צוגאנג" האט מען געקענט זען ווען די אלייענס האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די מאנרא לייברערי צו העכערן די טעקסעס אין גאנץ מאנרא (קעגן די אינטערעסן פון מאנרא איינוואוינער) צו הימל שרייענדע סומעס מפני דרכי שלום.
די "שווימער צוגאנג" האט מען געקענט זען ווען די אלייענס האט אינדארסירט אנטי-קרית יואל, אנטי-פייפליין קאנדידאטן ווייל... ס'איז דא אזא זאך ווי א שווימער צוגאנג.
די "שווימער צוגאנג" האט מען געקענט זען ווען די אלייענס איז געגאנגען צו די רעקארד צענדליגער מאל צו צוזאמרעדן שמוץ קעגן קרית יואל'ער איינוואוינער.
די "שווימער צוגאנג" האט מען געקענט זען ווען די אלייענס האט גע'מסר'ט צענדליגער בחורים און מיידלעך אז זיי האבן געוואוט פאלש.
בקיצור דאס איז דער אפטייטשט פון "שווימער צוגאנג". מען שטעלט זיך צוזאם מיט די גוים קעגן די איינוואוינער פון קרית יואל, ווייל מיר זענען אין גלות.
דאס איז געווען דער צוגאנג פון מוסרים און מלשינים אין אלע צייטן, זיך צוזאמצושטעלן מיט די גוים קעגן זייערע אייגענע ברידער.
זיי זענען יעצט געגאנגן צי די וואסער פלענט, ווייל אלי' שפיצער האט דארט א אפיס אין ער האט ביי זיך אביסל פיילס, וואס זיי האבן נישט גיטראפען ביי די וויליזש אפיס
עס איז נישט קיין מסירה אין אויך נישט קיין אינוועסטעגישן נאר די האד מאכט אינספעקשענס יעדע שטיק צייט אויף פארשידענע געגענטען יעצט פערצופאל איז קרית יואל פארשטייט זיך ווער עס איז זויבער דארף נישט מורא האבן
קודם האט מען נישט געוויסט וואס זיי ווילן עס איז אבער יעצט קלאר געווארן
אבער א גיטע עצה רעדט"ס נישט קיין סודות אין יענע אפיס"ס
what fraud can they find there????
is that the mikveh yid privat diary on how much every person paid for his sons eye glasses???
it's documents people filed, with knowledge that it's going to hud!!
what the hell?
מען קען זיך בארוגען עס איז נישט קיין מסירה אויך נישט קיין אינוועסטעגישן
די האד מאכט אזעלכע אינספעקשענס יעדע שטיק צייט זיי וועלן אויס איין געגענעט יעצט זענענן קר"י אין די רייע זיי ברענגען א ליסטע פין מענטשען נישט אז מען זאל זיי געבן וואס מען וויל קודם האט מען נישט געוויסט וואס זיי ווילן יעצט איז עס קלאר געווארן
ווער עס איז זויבער דארף נישט מורא האבן
ליהוי ידוע אז אינספעקטארס דרייען זיך ארום אין אידישע געגנטער שוין די לעצטע פאר וואכן. זיי זאגן קלאר פאר יעדן וואס פרעגט זיי, אז לויט די נייע בוש אדמיניסטרעישאן האוזינג רעגולעישאנס פירט די רעגירונג דורך ברייטע אויספארשונגען אויף סעקשאן 8 געניסער איבעראל, צו כאפן פארלעצער.
זיי קומען אין די אידישע געגנטער ווייל דארט זענען קאנצענטרירט אסאך סעקשאן 8 געניסער.
אמת טאקע עס האט גארנישט מיט בוש בעצם. ער אפרואווד נישט די סעקשאן 8 רעגולאציעס. איך ווייס נישט אויב ער ווייסט אפילו וואס סעקשאן 8 מיינט. עס האט צו טאן מיט זיין קאנסערוואטיווע אדמיניסטרעישאן.
ווען ס'איז דא א גרויסער דעפיציט דארף מען שניידן פון אלע פראגראמען, און דאס איז די קאנסערוואטיווע וועג פון שניידן פראגראמען.
ווער ס'גלייבט מיר נישט קען טאן די זעלבע זאך וואס איך האבן געטאן, רעדן צו די ווילידזש אפישעלס פון קרית יואל און צו די האוזינג אינספעקטארס וואס דרייען זיך ארום איבעראל נישטערן און זוכן.
ווי שטארק איז בין מחולק אין דעמאקראט ווערסעס רעפובליקען
מיט זיסקייט
אבער דא האט ער א גרויסע פוינט מיט איין זאך, און פאלש מיט די צווייטע
דאס איז קלאר, ווער עס וויל עס נאר איינזעהן, אז די בוש אדמיניסטראציע זוכט צו האקען סעקשאן 8, און איינע פון זייערע וועגן אין אנהייב שטרענג נאכקוקן דעם סיסטעם, און שווער מאכן צו באקומען
אבער די צווייטע חלק דערפון אז ס'האט עפעס קעגן אידן, און סאום האו האט עס מיט אנטיסעמעטיזם, איז וואזיניג א אונטערשאצונג
דער פראבלעם איז אז ליידער ליידער טראכט מען נישט פון מארגן, און אז די רעגירונג גיט, נעמט מען, און ווען עס ווערט ערנסט, כאפט מען זיך ביים קאפ, אז אפשר, וואס איז ביליג איז טייער
אבער מיט דעם איז אויך "זיסקייט" גערעכט, אז די אלע פוד סטעמט, וויק, סעקשאן 8, עקסטרעם רעפוליקען'ס זענען גארנישט מער ווי היפאקריטן
לאמיר קלאר מאכן, איינער וואס האט "באמת" נישט קיין געלט, און ער נויטיגט זיך "באמת" אין די סעקשאן 8 טשעק, איז אוודאי מותר צו נעמען - איך וועל נישט באהאנדלן די חסד לאומים חטאת ענין - אבער די אלע וואס ספענדן רעכטס און לינקס, פאר א שיינע הויז, שיינע קאר, שיינע קליידער, פארנישטשור וכולי, און נאכדעם האבן זיי נישט קיין געלט און דארפן "נעבעך" אנקומען צו סעקשאן 8,
פאר די לעצטע איז היינט א גוטע צייט איבערצוטראכטן, צו עס לוינט טאקע
מער אין א קומענדיגע געלעגענהייט, ווייל עס איז באמת צייט זיך אויפצווועקן
און בנוגע די רשעות און הפקרות פון די "מוסרים" מאיר דייטש, זלמן לייב וואלדמאן, יודל כהנא, מענדל שווימער, הגם איך האלט אז דאס האט קלאר נישט קיין "דירעקטע" שייכות
אבער זייערע מסירות, וואס איז "אן פייל" ביי פארשידענע רעגירונגס אגענטורן, ובפרט אין קארט, קען זיי די שליסלעך איינצוזעצן צענדליגער אויב נישט הונדערטער אידן רח"ל היל"ת
און אויך דאס פארלאנגט אן אריכות, וואס איז נישט פאר היינט
די ריכטיגע מוסרים זענען די פירער פון ווילעדזש וועלכע פירן א העצערישע פאליטיק קעגן די גוי'אישע שכנים. עס איז קיין שום ספק נישט אז די אלע זאכן ברענגען ארויס די ריכטיגע אנטיסעמיטן פון די לעכער, און זאל דער באשעפער האלטן די רעכטע האנט.
אגב, ווער האט טאקע גע'מסר'ט הרה"ח ר' אביגדור יאקאבאוויטש נ"י?
לכאורה די "אלייענס"...
און ווער האט געסטראשעט הרבני הנגיד ר' יחחקאל בראך נ"י? טאקע אין דעם פורום האט א גולש אפען געווארענט ר' יחזקאל מיט מסירה.
דער שרייבער פון די קרית יואל ווילעדזש שרייבט די וואך אין בלאט אז די בוש אדמיניסטראציע איז שולדיג פאר די סעקשאן 8 אויספארשונג. דאס איז וואס עס שטייט דארט:
ווי שוין געמאלדן מיט עטליכע וואכן צוריק האבן זיך אינספעקטארן פון די פעדעראלע "האוזינג דעפארטמענט" אראפגעלאזט לעצטנס אויף אידישע געגנטער מיט'ן ציל צו טרעפן מענטשן וועלכע זענען אומבארעכטיגע געניסער פון "סעקשאן 8".
די פרישע אינספעקציעס זענען א טייל פון די בוש אדמיניסטראציע'ס נייע פאליסיס צו רעדוצירן די צאל סעקשאן 8 געניסער. איינע פון די מיטלען וויאזוי די אדמיניסטראציע פלאנט צו רעדוצירן סעקשאן 8 אויסגאבן איז דורך דורכפירן שטרענגערע אינספעקציעס און כאפן מענטשן וועלכע קענען אראפגענומען ווערן פון די
סעקשאן 8" ליסטע.
די רעגירונג האפט אויך אז דורך אנזייען א שרעק צווישן סעקשאן 8 געניסער וועלן מער מענטשן זיך צוריקהאלטן פון וועלן בענעפיטירן פון דעם פראגראם.
אן ענליכע טאקטיק האבן זיי געטאן מיט עטליכע חדשים צוריק אין ברוקלין, ווי אויך אין קרית יואל אליין האבן שוין עטליכע משפחות וועלכע האבן סעקשאן 8 דורך די קאונטי אפיס אין מידלטאון באקומען לעצטענס בריוו, אדער האבן מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעגעבן אלס האוזינג דעפארטמענט אינספעקטארן אריינגעקלאפט צו זיי אינדערהיים און גענומען אויספרעגן פארשידענע פראגן.
אינטערעסאנט איז נאר אז די ווילידזש האט אינדארסט בוש פאר פרעזידענט, אבער דאס העלפט זיי זייער ווייניג.
געזעגענען
לאמיר מאכן א דיעל
ברענג די מסירות וואס די ווילידזש האט אריינגעגעבן
און איך וועל ברענגן די מסירות וואס די "מוסרים" האבן אריינגעגעבן
אדרבה, הייב אן
נאר דאקומענטן ביטע, אז נישט, זוך א צווייטן
נו, געזעגענן
נו
November 20, 2004
Kiryas Joel
HUD investigators seize Section 8 housing files
Federal agents made an unannounced visit to the Kiryas Joel Housing Authority office this week and demanded the files of 120 recipients of Section 8 federal rent subsidies, Village Administrator Gedalye Szegedin confirmed yesterday.
The agents, who were with the inspector general's office of the federal Department of Housing and Urban Development, were accompanied by the state police and left with the files they had requested, Szegedin said. They didn't say what they were investigating, he said. A spokeswoman for the HUD inspector general's office in New York City couldn't be reached for comment yesterday.
איז אמת אז מ' האט ארעסטירט איינעם פון קר"י דאנערשטאג וועגין אכטן חלק?
ניין, ס'איז נישט אמת.
מען האט ארעסטירט א קרית יואל'ער איד אין מאנהעטען צוליב א מסירה, אבער יענער איז תיכף ארויסגעלאזט געווארן.
ב"ה - תיקון ומצוות זיכוי הרבים
לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה בדחילו ורחימו על ידי ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל.
בשם ה' אל עולם - לישועתך קויתי אדני איה"נ
יהי רצון מלפני אלהי השמים והארץ החפץ בחסד ובמצוות ובמעשים הטובים ולימוד התורה הקדושה וזיכוי הרבים שזכות הכנסת תוכן זה והלימוד בו תהיה לזכות כל אחינו בית ישראל באשר הם ובפרט לזכות כל מי שגרמתי לו או לה ירידה רוחנית בכל בחינה שהיא וכל מי שגרמתי לו או לה כל פגיעה בממון, בגוף, בנפש , ברוח , או בנשמה - זכות הכנסת תוכן זה - מתנה רוחנית זאת - והלימוד תעמוד להם אלף המגן בעלמא הדין ובעלמא דאתי ותסייע בעדם ויהי רעווא מקמי דעתיק יומין להמשך עליהם התעוררות תשובה פנימית ועילאה ויזכו לפתיחת הלב בתורה ובמצוות ובמעשים הטובים ויוסרו מהם כל קליפות ורוחות רעות וכל רוח רעה, רוח קטב מררי , רוח זנות, רוח עצבות יוסרו ויתרחקו מהם ואל עליון הבוחן כליות ולב והנותן לאדם כמעשיו וכפרי מעלליו אל אמונה ואין עוול צדיק וישר הוא - ישלים כונתנו הטובה ויהיה בעזרנו לתקן ולהועיל ולהיות מהמשפיעים טוב תמיד ולהיות אנו וכל זרענו וזרע זרענו וכל אחינו בית ישראל להיות תמיד ממזכי הרבים ברוחניות וגשמיות בטוב הנראה והנגלה ונאמר אמן כן יהי רצון נצח סלה ועד - אֵלֶ³יךָ יְהֹוָ³ה אֶקְרָ¡א וְאֶל־אֲדֹנָ§י אֶתְחַנָּֽן,
וְיָדַעְתָּ הַיּוֹם וַהֲשֵׁבֹתָ אֶל לְבָבֶךָ כִּי יְהוָה הוּא הָאֱלֹהִים בַּשָּׁמַיִם מִמַּעַל וְעַל הָאָרֶץ מִתָּחַת אֵין עוֹד.
אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי יְהוָה הוּא הָאֱלֹהִים אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ
קבוצת ווצאפ שקטה - שיחות של מגשר בן לאומי עם ידע נרחב בשלום בית , זוגיות , ישוב סכסוכים, לדעתי הידע שיש בשיחות שלו יותר טובים משיחות עם פסיכולוג, תנסו , הכול חינמי :
https://chat.whatsapp.com/CMjFJiRv3wtH0xmVa9RmBp
קבוצת ווצאפ שקטה, מכתב ליום , מכתבים אשק נשלחו מהרבי מליובאוויטש זיע"א בהמשך לשאלות שנשאל, מכילים ידע נרחב בכל תחומי החיים:
https://chat.whatsapp.com/CMjFJiRv3wtH0xmVa9RmBp
תגיות :
מצווה לשון חיבור - צוותא , מצוות ואהבת לרעך כמוך , מצוות זיכוי הרבים , חוזרים בתבונה לדרך התורה והמצוות - חיים עם משמעות, תיקון למחטיא את הרבים. קיימת מצווה לבדוק את אמיתות התורה : נשאת ונתת באמונה :
חלק פצפון מההוכחות
הוכחות הלכתיות-ביולוגיות
סימני כשרות: התורה מפרטת בפרשת "ויקרא" (פרק י"א) סימנים מיוחדים לבהמות טהורות (הפרסת פרסה ושסועה והעלאת גרה), ומוסרת כי ישנם ארבעה מינים של בעלי חיים שיש להם רק סימן אחד בלבד (הגמל, השפן, הארנבת והחזיר). התורה גם מוסרת כי "כל שיש לו קשקשת יש לו סנפיר" לגבי דגים. טענות אלו הוכחו כמדויקות גם במחקרים מודרניים.
הוכחות היסטוריות-מדויקות
חקר מעמקי הים: ידע זה על סימני הדגים היה בלתי אפשרי להשגה בתקופת מתן התורה. הוכחה זו מחזקת את הטענה שהתורה נכתבה על ידי בורא העולם, שכן היא מוסרת ידיעות שמעבר ליכולותיהם של בני האדם בתקופה ההיא.
אורך התורה: התורה נכתבה בשלמותה וברמת דיוק גבוהה, והשפה שבה נכתבה משקפת את הכתב המקורי של שפת הקודש.
https://mobile.arachim.org/?FAQID=2791
www.hidabroot.org/article/1143738
www.yeshiva.org.il/ask/137587
https://mobile.arachim.org/?FAQID=2791
חיים שלאחר החיים - חוזרים בתבונה לחקר האמת :
https://youtu.be/xMLFTN4mcSI?si=-ICvmd0qAKe1le0l
https://m.youtube.com/watch?v=_sptvVbn2PM
https://m.youtube.com/watch?v=ELhc9Cd9A9I
https://m.youtube.com/watch?v=GMBZEQH9EpM&pp=ygUl157XldeV16og16fXnNeZ16DXmSDXkNeV16gg15TXl9eZ15nXndIHCQkDCgGHKiGM7w%3D%3D
www.sefaria.org.il/Likkutei_Etzot
70 שאלות :
70q.co.il
www.kolel.org/videos/265614
אם ברצונך לדעת מה היא יהדות ? מה יפה ביהדות או יש לך שאלות קשות או ברצונך לחוות חוויה רוחנית - סוף שבוע באווירה טובה מאוד. כמו כן מתקיימים סמינרים לחיזוק הקשרים במשפחה, סופי שבוע בבית מלון עם למידה של תכנים ברומו של עולם, לפרטים נוספים והרשמה
כנסו ללוח אירועים של ארגון ערכים
https://mobile.arachim.org/?Events=1
תגיות :
נשאלה שאלה, מה הבת יכולה לעשות לעילוי נשמת אביה : עשיית חסד, לימוד תורה ואין יותר נחת רוח לנפטר יותר מלימוד תורה לעילוי נשמתו ובפרט לימוד כמו בארגון ערכים שזה לימוד תורה באופן מרוכז ומותאם.
בת או בן הרוצים לעשות נחת רוח להוריהם - עצם שמיעת שיעור תורה גורמת לנחת רוח לנפטר אפילו יותר מקדיש.