היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ר'מאיר הירש ארבעט אין בוטשער...(אמת'דיג)

ר'מאיר הירש ארבעט אין בוטשער...(אמת'דיג)

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1187059

זשוליאני08 » 16/11/2004 03:40

אין קרית יואל שמועסט מען מיט שטוינונג איבער די געטריישאפט פון ר' מאיר הירש, מנהל המוסדות, אז ער לאזט זיך אזוי אראפ נאר כדי צו העלפן די הנהלת הישיבה. יעדער שמייכלט ווען מען הערט עס, אבער אין די זעלבע צייט שטייגט אויך דער כבוד פון ר' מאיר אין אלעמענ'ס אויגן.

ווי באקאנט איז מיט עטליכע חדשים צוריק געעפנט געווארן די בית השחיטה, וואס האט געדארפט אריינברענגען געלט פאר די ישיבה.

אבער צוליב געוויסע סיבות האט דער מצב אין די בית השחיטה נישט געטויגט און די ארבעט איז נישט אויסגעפירט געווארן ווי געהעריג. עס האט געפעלט א געהעריגער באלעבאס און אזא גרויסע אונטערנעמונג דארף זעלבסטפארשטענדליך האבן א באלעבאס.

הערנדיג וואס דער מצב איז האט ר' מאיר, א "שיינער איד" אין שטעטל, מפקיר געווען זיין ביזנעס, ער האט זיך אנגעטאן שטיוול, א ווייסע כאלאטל און געלע הענטשוך און ער איז געגאנגען... צו די ארבעט.

די לעצטע פאר וואכן שטייט ר' מאיר אויף פרי, ער גייט אין שוהל דאווענען און נאכדעם גייט ער אריין צו די ארבעט. ער עסט פרישטאג צוזאמען מיט אלע ארבעטערס און נאכדעם ארבעט ער עבודת הפרך, ער שוויצט און מוטשעט זיך אויס אינאיינעם מיט אלע ארבעטערס און דרייווט היי לאוס.

ער האט אפילו גענוצט זיין טייערער עסקעלעיד צו דעליווערן פלייש צום בוטשער.

די מעשה האט מיך אינגאנצן צונומען און מיר געמאכט גאר אנדערש אנקוקן דעם איד. איינער וואס איז נישט חס אויף זיין כבוד כדי צו ראטעווען נכסי הישיבה איז אין מיינע אויגן א טייערער איד וואס פארדינט זיך אלעמענ'ס רעספעקט.

סיגוטער » 16/11/2004 04:24

pictures please

תיבהאישית » 28/11/2004 10:06

איז מאיר הירש גיווארען א זינגער?

איך האב געטראפן דע פיקטשער צווישען מיינע פיקשערס וואס איך האב גיכאפט מיט מיין סעלפאן.

דעיס איז ביי עפעס א מסיבה אין בית מדרש (איך מיין שבע ברכות פין ר' מענדעלעס איידים). מען זעיט די עקשטיין ברידערס זינגען און רעכטס פין זיי (לינקס אויף די פיקטשער) שטייט מאיר הירש אין האלט א מייק.

ער ריפט מסתמא עפעס אויס. איינער ווייסט וואס?
[בילד – נישט אפגעהיט]

SRULI2 » 28/11/2004 18:24

IS LIPA KOHN STILL IN THE BAIS HASHECHITA?

גולםקלאץ » 1/12/2004 04:34

איך האב עס קאנפירמד. ליפא קאהן איז די וואך ארויס פון בית השחיטה.

איך ווייס נאר נישט צי ער איז געגאנגען אליינס אדער מען האט אים געווארפן.

זשוליאני08 » 1/12/2004 05:09

איך האב יעצט געזען ליפא קאהן אין בית המדרש. ער איז געווען זייער אויפגעלייגט און זיך ארומגעדרייט מיט א שמייכל.

לויט ווי זיין זון זאגט מיר, האט מען זייער שיין קעיר גענומען פון אים און ער איז געגאנגען שענער ווי דיק טשעיני איז ארויס פון העליבארטאן. מען האט אים געגעבן אסאך געלט און אסאך באנוסעס, און יעצט גייט מען אים העלפן עפענען א נייע ביזנעס אין קרית יואל.

ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין כח מער צו די בית השחיטה, און נאכדעם וואס מען האט אים שיין מפצה געווען האט ער מסכים געווען צו גיין בכבוד גדול.

KJAlliance » 2/12/2004 00:03

יא, איך האב אויך געהערט פון א משפחה פון ר' ליפא, אז מען האט אים מער ווי שיין מטיב געווען

און יענער האט צוגעלייגט אז, אויב איינער דארף פארלירן די פרנסה, לאז ער עס טוען אונטער מאיר הירש

קאמענטארן זענען איבעריג