היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ווער גייט לויפן פאר מעיאר אין קרית יואל?

ווער גייט לויפן פאר מעיאר אין קרית יואל?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1186902

זשוליאני08 » 15/11/2004 23:27

ארום ל"ג בעומר צייט קומט פאר די וואלן פאר מעיאר און צוויי טראסטיס פון קרית יואל.

ווי איך שטעל מיך פאר וועלן די אמטירנדע באאמטע, אברהם ווידער, מעיאר; יאנקל מיטלמאן, טראסטי; __ לאנדא, טראסטי, לויפן פאר ווידערערוויילונג.

ווער וועט די אלייענס ארויסשטעלן אלס זייער קאנדידאט?

לויט ווי מען שמועסט וועט עס זיין אברהם יושע פריינד.

אנדערע זאגן אז עס וועט זיין יחזקאל בראך.

ווער האט מער דיטעילס.

תיבהאישית » 15/11/2004 23:47

איך פארשטיי נישט פארוואס זיי שטעלען בכלל ארויס קאנדידאטען. זיי האבען נישט קיין טשענס אין א מיליען יאר צו געווינען

העטעכפעטעך » 16/11/2004 00:08

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט , די ביסט אופן עולם התוהו ,????????? צי ווייסטו נישט אז מענדל שווימער איז מעיאר אין קלמן ווייס מיט שלמה פעדער זענען טראסטיס אין זשאן קערי איז פרעזידענט??????????????????אדרבה פרעג זיי אליין וועסטו זעהן.

גולםקלאץ » 16/11/2004 00:12

איך ווייס נאכנישט אויב איך וועל בכלל ארויסגיין וואוטען. קיינער פון די צוויי פארטייען מיינען נישט מיך, זיי מיינען זיך. והא ראי', די קאנדידאטן גייען נישט ארום קאמפיינען פאר וואוטס, נאר די קאמפיינס ווערן אנגעפירט דורך אונטערערדישע גרופס וועלכע פארטרעטן ביידע זייטן. אסאך פון די קאנדידאטן ווייסן אפילו נישט וואס טוט זיך מיט דעם קאמפיין נאר זיי זאגן אז מען האט זיי געהייסן לויפן, לויפן זיי.

פארוואס פירט נישט למשל אברהם ווידער דורך א קאמפיין ראלי אין שאפינג סענטער? פארוואס שיקט ער נישט א פערזענליכע קאמפיין בראשור מיט זיינע אויפטואונגען אין קרית יואל ביז היינט און זיינע הבטחות אויף פון היינט און ווייטער?

און פארוואס זאל נישט מענדל שווימער ארומשיקן א פערזענליכע פלייער מיט זיין ביאגראפיע, זיינע ברייטע נדבות פאר וויכטיגע צוועקן, אלע ארגאניזעשנס וואו ער איז א באורד מעמבער אדער פרעזידענט און שיינע בילדער פון אים מיט אנדערע פאליטישאנס אדער להבדיל רביס.

און פארוואס קומט נישט פאר קיין דעבאטע צווישן די קאנדידאטן.

הקיצור, איך וויל א קאנדידאט זאל מיר קומען זאגן אז ער דארף מיין וואוט (ער מוז אפילו נישט קומען דירעקט, א וואויס מעסעדזש אדער א בראשור אויף די פאסט איז פונקט גענוג). איך וויל פילן אז מען מיינט מיך.

תוקן על ידי - גולםקלאץ - 16/11/2004 0:25:26

יענקעלע11 » 16/11/2004 01:04

לויט ווי דער פלאן איז יעצט גייען זיי נישט ארויס שטעלן קיין שון קאנדידאט, זיי האבן שוין אנדערקענט אז די וואלן ברענגט זיי נאר בושות וחרפות, ע"כ האבן זיי באשלאסן ארויס קומען מיט איסור נורא ואיום אקעגן די "בחירות הטמאות" אינטער געשריבן פון אלע זייערע רבנים'לעך מיטן ראב"ד, זאב"ד, גאב"ד, און זיי וועלן ברענגען אלע בריעווען, תורות, און דרשות וואס דער רבי זי"ע האט אזוי געהאקט אקעגן די בחירות, און דאן וועלן זיי פראקלאמירן "וויקטארי", זיי ועלן טענה'ען אז ווען נישט דער איסור וואלטן זיי זיכער געווינען, ווייל "רוב עולם" איז דאך מיט זיי, גענוי ווי זיי פלעגן שרייען פאר די לעצטע פאר וואלן,

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 16/11/2004 1:06:02

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 16/11/2004 1:07:01

guar » 16/11/2004 17:27

מי יתן והי'

האלעוויי זאל דאס זיין אמת , אין די לוזערס זאלן שוין איינמאל פאר אלעמאל איינערקענען אז די טומאה האט פארשפילט, אין די קדושה האט געזיגט, אין דערמיט וועט זיך אויפהערן די הונדערטער שעות ביטול תורה, אין חילול השם, וואס ווערט ליידער פראקטעצירט דורך די אזוי גערופענע "אלייענס" גרופע, יעדעס מאל פאר די וואלן.
והי' בזה שלום

getme » 16/11/2004 19:05

יעקב מייטעלמאן גייט נישט נאכאמאל לויפן ממילא גייט זיין איין אפענע זיץ לכאורה אויף דעם גייען זיי יא שטעלן א קאנדידאט

KJAlliance » 16/11/2004 20:48

גולם קלאץ

האסט נישט מיטגעהאלט די יוני 06 2001 וואלן

קרית יואל בבנינה, די פארטיי אונטער אפיציעלן נאמען עקספיריענס און רעזאלטס, האט יא געהאט אלעס וואס דו בעטס

פערזענליכע בריוו, פון אברהם ווידער --וואס אגב קומט דאס אן יעדן חול המועד ביז היינט צוטאג אויך

בילדער פון די קאנדידאטן ביי פארשידענע מסיבות, פערזענליכע ביאגראפיע'ס

נאר אויב די קאמפיין ווערט צו סוף סיי וואו פארוואנדעלט, און פרא אהרן און אנטי אהרן, בנוסף צו די וועד הקרי' בלבולים

וואסערע זין האט צו אויסגעבן געלט אויף אנדערע זאכן

א שאד אידיש געלט

און מיין מעסעדזש צו זיגי בראך, עס איז א טו וועי סטריט, און פאר יעדן שטיקל שמוץ וועסטו באקומען מנה אחת אפיים

ווי זאגט מען אין אמעריקע "ברינג איט אן"

aush » 17/11/2004 01:11

מיין מיינונג איז אז מען דארף טוישן די סיסטעם פון די וואלן. דהיינו איינס אז עס זאל זיין טוירם לימיטס פאר צוויי טערמינען.
און צווייטענס אז מען זאל נישט ארויס לייגן קיין נעמען נאר אהרוני/זאלי קוועטשערס אין יעדערע זאל שטימען פאר זיין פארטיי.
די אויפטוען פון דעם איז גרויסארטיג, למשל פארוואס זאל מען באשמיצען איינעם פערזענדליך, עס טוישט נישט קיין מיינונג סייווי עס איז נאר לשון הרע.
און אויך מאכט מען סתם צומישט די וויילער, און דערנאך קען מען שרייען אז באמת האבן אונז געווינען נאר מענטשען האבן געמאכט א טעות.
און אויך וועט עס אויף איין וועגס זיין א רעפערענדום אויף די רבי'סטעווע.
וואס זאגט איר רבותי?????

getme » 17/11/2004 04:21

ביסט נישט גערעכט טוישן די וואלן האט נאר איין ציל אז די פארלירער זאלן קענענן זאגן נאכן פארלירן קיק וויפל מענטשן זענענן קעגן ר אהרן אזוי דער איד טיט נאך יעדע וואל פארליסט אין קר"י אין מן הסתם ביסטי א חלק פין זיי אין דאס איז דיין ציל

די וואלן אין קר"י איז פינקט ווי אין גאנץ אמעריקא אין עס דארף זיך נישט טוישן ענדערש דארף זיך טוישן אז די פארלירער זאלן אנהייבן איינציזען זייער פארליסט אזוי גאנץ אמעריקא איז איינגעפירט אין ארקענענן יא אונז האב מיר פארלוירן דעמלאטס וועט די גאנצע וואלן זיין אנדערש

תוקן על ידי - getme - 17/11/2004 4:23:03

זשוליאני08 » 17/11/2004 04:30

די איידיע איז נאר גוט אויב מען מאכט אויך א ליסטע פון בני יואל, טאהש, תולדות אהרן און ספינקא.

זאל יעדע קהלה שטימען פאר זייער פארטיי.

די סיבה פארוואס מען מאכט עס אבער נישט, איז ווייל די אלייענס וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן.

פארגעס נישט אז זיי זענען אן אלייענס, אזוי ווי די אפגאניסטאנע נארטערן אלייענס, צוזאמגעשטעלט פון עטנישע מינאריטעטן און רעבעלן גרופעס אין מאנרא, איינמאל דו צוטיילסט זיי בלייבן זיי מיט גארנישט.

RODNEY » 29/11/2004 04:22

וואס איז מיט מאיר ווערטהיימער? ער גייט נישט לויפען?

שדים_טאנץ » 29/11/2004 05:14

אן אלטער חלום, אבער נאך אלס א חלום.

מאיר האלט נישט דערביי.

KJAlliance » 29/11/2004 05:58

ער קען נישט לויפן, ווילאנג ער דערקלערט זין אן אהרוני

און אויף די אנדערע זייט, איז ער נאך איינער אויף די ליסט