היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער חילוק פון PC און MAC

דער חילוק פון PC און MAC

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1186723
בלאט: 1 2

כורמיזא » 15/11/2004 21:06

אמאל פלעגט זיין אז יעדער וואס פלעגט האבען א מעק אין געווען א FAN פון מעק פאר וועלכע סיבה דו האסט נאר נישט געוואלט.

מיקרוסופט איז דערגאנגען דעם סוד, אז מעק איז געמאכט אויסגעשטעלט אויף א ספָארטי אופן האבען זיי נאכגעמאכט פארשטידענע אויסשטעלינגען און וואונדער איבער וואונדער די מעק יוסערס זענען געקומען אין די מאסען צו נוצען PC.

איך בין געזיצען מיט איינער וואס נוצט א מעק סיסטעם שוין מסתמא 10 יאר, און ער האט געהאלטען אין איין אפדעטען, היינט צו טאג נוצט ער OS10 און אויך א PC.

אט זענען די פראגען וואס זענען געפרעגט געווארען מיט די תשובות:
א יעדער זאגט אז פאר גרעפיק מוז מען נוצען MAC, איז עס אמת?
אמאל פלעגט זיין אויף מעק בעסערע פראגראמען פאר גרעפיק איז עס געווען אמת היינט צו טאג נוצט מען אדובי פראגראמען ביי ביידע ממילא מיט די זאך איז נישט קיין חילוק, פארקערט לעצטנס טוט אדובי אובגרעדען זייערע פי סי פראגראמען אסאך שנעלער און נאר דערנאך די מעק.

איז די אדובי פראגראמען מער סטאביל אין מעק ווי אין פי סי?
ביי מיר קרעשט גאנץ אפט די מעק סיסטעם ווען איך נוץ פוטושאפ און איך רעסטאר און געענדיגט.

אלטץ וועלכע זאך וואסלטו יא ממליץ געווען צו נוצען מעק?
היינט צו טאג זעט מיר אויס גאנץ נאריש בפרט פאר דער וואס נוצט היברו צו נוצען מעק, פאר די פאלגענדע סיבות:
1) די הארדווער פון פי-סי איז אסאך ביליגער און מ'ערלאבט זיך אסאך בעסערע קאמפיוטערס און מער מעגעהערץ און מעמארי. איך נוץ לעצטענס גאנץ אסאך מיין פי-סי פשוט ווייל עס איז אסאך שנעלער (די מעק איז 700 און די פי-סי 1.8) זאל מיר קיינער נישט איינרעדען אז די 700 פון מעק איז שנעלער ווי די פי-סי 1.8 א חוץ אויב עס איז אויווער לוידעט מיט סאפטווער.
2) אויף פי-סי איז דא אסאך א גרעסערע אויסוואל פון יודישע סאווטווער און אויך עס קאסט נישט אזוי טייער, און דאס זעלבע איז לגבי פאנטס. און חוץ פון דעם רוב עולם נוצט דאס און א יעדע מאל וואס מ'באקומט א פייל פון איינעם הייבט זיך אן א גאנצע מעשה מיט'ן קאנווערטען.
3) ווען עס קומט צו ספרי קודש איז אפגערעדט, עס איז דא די פאר נארישע פראגראמען ווי רעדי-סעט-גוי און נייסעס וואס כדי צו מאכען א ספר דארף מען משקיע זיין שעות ע"ג שעות וואס ביי פי-סי קען מען מאכען ספרים אויף א גוטע פאר פראגראמען און אויף א גרינגען אופן. עס איז אפשר דא איינער וואס מאכט ספרים אויף מעק 'המעתיק', און מ'דערקענט עס טאקע אין זיינע ספרים...

*

נו יאסעלע יאלא לעבודה...

iraq4002 » 15/11/2004 21:20


ענדליך א נארמאלע באזעסענע אשכול...

איך האב גערעדט לעצטנס צו א באאמטער ביי עדאובי, האט מיר יענער מודה געווען אז מעק איז גארנישט בעסער ווי פי-סי, נאר די נאכפאלגער פון מעק זענען ווי א קולט, גארנישט מער.

הודאת בעל דין כמאה עדים דמי.

יוסעלע » 16/11/2004 20:17

איך האב געוואוסט אז איך וועל איין טאג מוזען דא אפגעבן דין וחשבון!

פאר איך הייב אהן וויל איך ענק זאלן וויסן, אז איך האב גענוצט ווינדאוס זייט 1995 אויף א 486 מיט ווינדאוס 3, ביז ווינדאוס עקס.פי אויף א 1.8 גהז. פענטיום 4. איך האב דארכאויס די יאהרן זיך אסאך אויסגעלערנט עכ"פ ווען מיינע פריינט האבן געהאט א פראבלעם האב זיי שוין געוואוסט ווי צו רופן (היינט זאג איך זיי אלע קויפטס א מעק).

פאר דריי יאהר צוריק האב געסוויטשט צו די מעק פלעטפארם ווען איך האב געקויפט די דעמלאטס פריש אנאנסירטע איימעק פלעט פענעל, עס האט פארמאגט א 700 מהז. G4 פראסעסאר (בערך אזוי שנעל ווי א 1.4גהז. פענטיום 4). אויף דעם איז געקומען מעק אפערעיטנג סיסטעם 10.1 קאודנאמען מיינעך איז געווען Puma היינט האלט עס ביי 10.3.6. יאגואר, אין 10.4 טייער איז שוין באלד אינטערוועגנס, וואס דארף צו זיי די עקוויוועלענט פון לאנגהארן וואס גייט ארויסקומען??? אין אין א יאהר אנדערטהאלבן.

פארוואס האב איך געקויפט א מעק לכתחילה, איז ווייל איך בין א גרעפיק דעזיינער, אין איך האב באקומען א דזאב ווי איך האב געדארפט אויס לערנען צו נוצען א מעק.

איך דא אראפברענגען כמה מעלות פון די מעק:

Power
די נייע G5 פראסעסאר יוניט'ס פון איי.בי.עם. איז פון די מערסט פארגעשריטענע פראסעסאר היינט צו טאג אינדערוועלט, עס ווערט איד סופער היי טעק פישקיל פאבריק פון א.ב.ם.
די סי.פיץיו איז 64ביט דאס ערשטע אזא גלייכו דעמאלטד אינדערוועלט, עי.עם.די. האט עטליכע וואכן שפעטער אויך באוויזן צו ארויסקומען מיט א 64ביט ס.פ.י. אבער ווינדאוס האט נאך נישט געהאט 64ביט אפערעיטינג סיסטעם פאר דעם, פארשטייט זיך אז אלע סאפטוועיר מוז ווערן איבערגעשריבן.
ווען סטיוו דזאבס (עפל'ס סי אי או) האט אנאנסירט אט די נייע סי.פי.יו. אין יוני 2003 האט א דועל 2גהז. מעק, האט ער עס געשטעלט פאר א רעיס מיט צוויי פיסי'ס איינער א דעסקטאפ 3גהז. פענטיום 4, דער צווייטע א דועל 3 גהז. זיאון וואקסטעישאן. די מעק איז געווען מעהר ווי צוויי מאהל אזוי שנעל, אין דאס איז געווען א 32ביט פוטושופ נישט אפטימייזעד, היינט איז מסתמא נאך שנעלער. די G5 האלט היינט ביי דועל 2.5גהז. איך האב די נייע דועל 2גהז.

Ease of Use
די מעק סיסטעם איז זייער יוזער פרענדלי, אין דער צייט וואס א געווענליכע ווינדאוס נוצצער ווערט צומישט און צוחושט און די קאנטראל פענעל, דארף מען זיין זייער א גרויסע האר נישט צו פארשטיין מעקס קאנטראל פענעל, עס ממש א מחיה, מען דארף זיך ננאר צוגעוויינען, מיר האט עס גענומען א וואך צייט בערך.

Stability
מעק או. עס. 10 איז פונדאמענטל איבערגעשריבן אין יוניקס קאוד, יוניקס איז היינט צו טאג די שטערקסטע אין די בעסטו אפערעיטינג ססיסטעם, איין חסרון האט יוניקס עס האט נישט קיין יוזער אינטערפעיס אלעס איז קאממענד, או.עס.10 האט ביידע מעלות די סטעביליטי פון יוניקס און די שיינקייט פון איר גואי אינטערפעיס. די מעלה איז אז או.עס. 10 קראכט נישט, וואס הייסט צו קראכט נישט? א קאר קראכט אויך ווינדאוס אויך, די חילוק איז ווען דיין קאר קראכט נעמסטו עס צו דיי מעקעניק ער פארעכט עס און צו פארט ווייטער, ווינדאוסס פארקערט איז ווען די קויפסט ווייסטו שוין אז עס גייט קראכן, מען קוואטשט קאנטראל אולט דיליט, און עס ארבעט פאר נאך אפאר טאג, מעק איז אזוי ווי דיין קאר, אז עס קראכט האט עס פראבלעים, פיקס דעם פראבלעם וועט עס ווייטער ארבעטן. די זעלבע איז מיט מעק.

Looks
עפל האט א גבורה ווען זיי געבן ארויס אן אייטעם, קענסט שטעלן אויפן קאפ, קיין שענערס וועסטו נישט טרעפן, אנגעהויבן האט זיך עס מיט די ארגינעלע איימעק, ס'איז געווען אזוי שיין אז קיטשען אפלייענס קאמפאניס האבן אנגעהויבן נאכצומאכן, אזוי ווייטער מיט די אנדערע אייטעמסא מעק האט נישט קיין שום פראבלעהם צו ליגן אין דיינינג רום, אדרבה, עס געט נאך צו!

Security
מעק איז זייער סעקיור, עס איז 1024 מאל שווערער צו דיקאודן די מעק יוזער נעים און פאססווארט פון דער פון ווינדאוס, נישטא קיין וויירוסעס, נישט קייןספייוועהר, ןכל שום חניכא דאית להון.

Use
מעקס ווערט גענוצט און די פאלגענדע מארקעטס, פאר כמה סיבות,
FBI
CIA
NASA
סיבה איז זייער פשוט, או.עס.10 איז היינט צו טאג די מאוסט סעקיור או.עס. נישטא קיין איין ווירוס (ווינדאוס האט 70.000 ענד קאונטינג). און עס קראכט נישט, שטעל דיך פאר מען שיקט א שאטעל, און מען דארף מאכו קאנטראל...

Graphic Design
Movie Editors
Sound Editors
Press Houses
עס איז רילייעבל, מען פארלירט נישט שעות ארבעט וועגן א קראך, סאפטוועהר פלעגט ארויס צו קומען פאר מעק פאר ווינדאוס. (מייקראסאפט'ס ערשטע פראגראם איז געווען מעק אונלי, האסט צוגטראפן ווארד 1 איז געווען נאר פאר מעק).

ספרים האט מען געדרוקט אויף מעק אסאך פאר ווינדאוס. דער געוועזענער גלעון כרם שלמה האט מען געטייפט אויף א מעק, אזוי האב איך אמאל ארויסגעגבן א ספר געמאכט אויף מעק, איך גלייב נישט אז די וועסט זעהן א חילוק.

קאמפאניס וואס האבן מעקס, געברויכן נישט קיין איי טי מענדשער, צו אונטערהאלטן א מעק קאסט יעהרליך ווינציגער, מעקס האלט זיך לענגער און בעסער. און זענען שענער. מאכן ווייניגער פראבלעימען, איז אידיאט פראף.

לגבי די וואס נוצען יידיש:

איך בין מסכים, אפיס 2004 (מייקראסאפט אלייןנס האלט אז די מעק ווערסיע איז בעסער און מער פארגעשריטן פון די ווינדאוס) קען נאך נישט שרייבן פון רעכטס צו לינקס.
איז אסער דא א יידישע פראגראם וואס הייסט מלל Mellel, ריקאמענדעד ביי אלע ריוויוערס.
חוץ פון דעם וויפיל פון אייך דא און די פארום האבו געצאלט פאר ענקער קאפי פון אפיס, אלעס איז אומלעגאלע קאפיעס, אזוי אויך מיט פונטס, יא איך האב יידישע פונטס (רעגולאר, שפיגעלד, און ענגליש יידיש) מען קען עס קויפם דאונלאודן, (יא בחנם).

הארדוועהר איז נישט ביליג גערעכט, ווייל יו געט פאר וואט יו פעי פאר, יעדע לעפטאפ קומט מיט ווייפיי בלוטוט אריין געבויט, אלע דעסקטאפד קומען מיט סאטס הארד דיסקס, טאפ אף דע רעינדש, קיין בי עמ דאבליו קען מען אויך נישט קויפן פארן פרייז פון א פארד.

iraq4002 » 16/11/2004 20:45


אבער נאך אלץ איז שווער די פרידיגע קשיא, פארוואס האט עדאבי מיר געזאגט אז היינט איז נישט קיין דיפרענס צווישן פיסי און מעק

יוסעלע » 16/11/2004 21:27

קודם כל האט אדובי א ביטער הארץ אויף עפל, ווייל עפל האט זיי ארויסגעשטויסן פון די ווידיאו עדיטינג מארקעט, עפל איז היינט די טאפ, אדובי מאכט שוין כמעט נישט קיין ווידיאו אפפס. פאר מעקס, קען מען פארשטיין אזא סטעיטמענט.

נאכמער אדובי האט עס אפיציעל געזאגט פאר בערך אנדערטהאלבן יאהר צוריק, איך גלייב נישט אז היינט ווען די G5איז שנעלער פון פי סי, אז וואלטן געאגט אזוי, חוץ טאמער מיט וועמען די האסט גערעדט ווייסט נישט וויאזוי א מעק זעהט אויס.

כורמיזא » 16/11/2004 21:31

אודה ולא אבוש אז איך ווייס נישט די אלע שמות נרדפים וואס דו שרייבסט וואס זיי מיינען, איך קען פראבירען זיך מתייחס צו דעם עצם ענין אז איינער וואס וויל וויסען וואס עס איז אים כדאי צו קויפן זאל ער הערען פון ביידע צדדים.

POWER:
איין זאך דארף מען קודם קלאר מאכען אז GHZ איז די זעלבע זאך סיי ביי א PC און סיי ביי א MAC, די חילוק איז נאר אויב די קאמפיוטער ניצט ריסארסעס פאר אנדערע זאכען למשל ווינדאויס קאנטראלירט מער זאכען ווי מעק אוטומאטיש ארבעט עס שטייטער.
איך צייכען דא א לינק פון א טראסטעבל סייט וואס איז נישט קיין FAN פון MAC און זיי זענען אביעקטיוו און זיי האבען אויסגעטעסט די פוטושאפ אויף פי-סי און מעק און ביי פי-סי איז עס געגאנגען שנעלער:
http://reviews.cnet.com/Apple_Power_Mac_G5_dual_2_5GHz/4505-3118_7-30912295-2.html?tag=top
און דאס וואס דו שרייבסט אז G5 איז שנעלער איז מגוחך אדער פשוט דו פארדרייסט די מציאות ביודעין...

Ease of Use:
אין עקס-פי דארף מען כמעט גארנישט וויסען כדי עס צונוצען

Stability:
קודם כל יוניקס און לינוקס קען ארבעטען אויף פי-סי אויך און עס איז דא שיינע גואי אינטערפעיסעס פאר דעם פון אסאך קאמפאניס לעצטנס איז דא פון SUN MICRO SYSTEMS אויך אויף היברו אסאך גוטע און נוצבארע פראגראמען.
אין די אובנדערמאנטע לינק שרייבען זיי אז די מעק סיסטעם האט געקראכט:
We did crash once while downloading video from a MiniDV tape and a few times with Squeeze

ביי מיר קען איך זאגען אז מיין קאמפיוטער קרעשט אפשר איינמאל א חודש וואס איך זאל דארפען רעסטארען (אז די פראגרעם זאל ווערען סטיף מאכט זיך מסתמא 2 מאל א וואך) איך נוץ פוטושאפ אינדעזייען אילעסטרעטער אקראבאט6 אויף איינמאל און עס ארבעט א מחיה.

ביי מיין חבר וואס האט א מעק פריזט עס יעדען טאג לפחות איין מאל און רעסטארען דארף ער לפחות דריי מאל א וואך (ווען ער נוצט די אלע אויבנדערמאנטע פראגראמען פון אדאבי אויף איינמאל).

איך מיין ארויס צו ברענגען אז די מושג סטעבל איז שוין היינט נישט קיין ארטיקל, ווייל XP איז אויך סטעיבעל.

Security:
דאס ווייס איך נישט, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיין וויירעס איך נוץ מקאפי אנטי ווירוס.

Use:
איך ווייס נישט וועלכע סיסטעמס די קאמפאניס וואס דו רעכנסט אויס נוצען, איך גלייב אז זיי נוצען אייגענע אפערעיטינג סיסטעמס.

*

עס קען זיין אז אמאל פלעגט ארויס קומען ערשט פראגראמען אויף מעק, אבער די צייטן האבען זיך געטוישט און היינט צו טאג קומט אלעס ערשט ארויס אויף פי-סי.

דאס וואס דו שרייבסט:
קאמפאניס וואס האבן מעקס, געברויכן נישט קיין איי טי מענדשער
B&H פלעגט נוצען מעק און אוי ווי זיי האבען געדארפט א איי טי מענעדזער ביז זיי האבען ענדליך געדראפט די מעק און זיי האבען לעצטענס אריבער געסוויטשט צו פי-סי.

צו אונטערהאלטן א מעק קאסט יעהרליך ווינציגער,
מיין פי-סי קאסט מיר גארנישט דארכ'ן יאר אויסצוהאלטען.
פארשטייט זיך אז עס איז דא א ביליגע אפגרעד קויף איך עס (איינמאל א יאר בערך) און דאס איז א וודאי ביליגער ווי מעק.

מעקס האלט זיך לענגער און בעסער.
מאן יימר?

און זענען שענער.
איך בין זייער צופרידען מיט מיין מאשין עס איז זייער שיין, עס קען טאקע זיין אז מעק איז שענער. אבער מיין קאמפיוטער איז אין מיין ביזנעס און אין דיינונג רום האלט איך דיינונג רום פורניטשער וואט דו איי קעיר אויב עס אזוי געקנייטשט אדער אזא קאלער די עיקר עס טוט וואס איך דארף.

מאכן ווייניגער פראבלעימען,
איך בין נישט זיכער

איז אידיאט פראף.
קען זיין...

-

איך בין נישט זיכער אז 'המעתיק' נוצט מעק, נאר לויט זיין אויסשטעל זעט עס מיר אויס אזוי, איך מיין דיר ארויס צוברענגען אז מ'קען יא דערקענען צו ס'איז געמאכט מיט די ריכטיגע פראגראמען צו מאכען ספרים אדער מיט א ווארד-פראסעסער אדער א בוק לעיאויט פראגראם.

מיין מסקנה איז:
אז פאר איינער וואס וויל דעזיינען אין היברו אדער מאכען ספרים איז אסאך נארמאלער צו נוצען פי-סי סיי אלטץ עס איז דא א גרעסערע אויסוואהל פון אותיות און פון פראגראמען און סיי אז די הארדווער ווערען שנעלער אפדעיטעט און עס ארבעט שנעלער און עס איז אסאך ביליגער.
פאר ביזנעס נעטווארקינג יוז איז אסאך מער סטעיבל יוניקס סיסטעמס אדער סיקוול סערווער אדער SUN סיסטעם.

תוקן על ידי - כורמיזא - 16/11/2004 21:39:46

יוסעלע » 16/11/2004 22:13

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון!

קודם כל Cnet איז אפיציעל אנטי מעק, סא וואס ברענדגסטו א ראיה פון דארט!!!
אינטעל האט שוין אויך מודה געווען אז Ghzהאט נישט מיט שנעלקייט איינגעלייגט.

ווען איך דארף מיין קאמפיוטער זאל קאנטראלירן פוטושופ, דארף איך נישט ער זאל קאנטראלערן האך צוואנציג זאכן.

גיב עקס.פי. פאר דיין שווערס טאטע וועסטו שוין געוואויר ווערן ווי לייכט עס איז.
דא סוואס די זאגסט אז דיין פיסי קראכט איינמאהל א חודש אין די מעק דריי מאל אוואך. גיי איך אפילו נישט ענטפערן ווייל עס איז א פשוטע ליגנט, אדער נוצטו נישט דיין קאמפיוטער, אדער איז יענער מעק חרוב קראנק.צונד אהן אין עקספי, אילוסטרעטיאר, פוטושאפ, אין דיזזין, קארעל דראו, אמעיל סאפטוועיר, אייטיונעס, קאלקוךעיטער, און ארבעט אויף זיי קאנסטאנטלי. בקיצור הייב אהן צו נוצן די פאוער פון דיין קאמפיוטער אויף פאל. וועסטו שוין געוואויר ווערן וואס מיינט קראכן. גוד לאק טו יו באדדי.

אינטערסנאט אז B&Hאדווערטייזט אין מעהר מעק מעגעזינס ווי פיסי מעגעזיננס??

אינטערהאלטן האב איך געמיינט פאר קאמפאניס, ווי אלט איז דיין קאמפיוטער???

דיי קאר איז שיין, דיין סוט איז שיין, פורניטשור אין דיין אפיס איז שיין, אלעס מוז זיין שיין, דיי קאמפיוטער נישט. הלמאי???

מאכן נישט ווייניגער פראבלעמע ביזט נישט זיכער??? איך יא!!!

המעתיק נוצט יא מעק, איך האב שוין עטליכע צאל געדילט מיט זיי.

איך האב מיר אויסגעלערנט איין זאך: א זאך וואס יעדער איינער האט. איז נישט די בעסטע? איי די אייפאד!? יו גאט מי דהער.

כורמיזא » 16/11/2004 22:48

מיין קאמפיוטער איז 2 יאר אלט.
איך נוץ עס בערך 8 שעה א טאג.

די חילוק פון דיר מיט מיר איז זייער פשוט, די ביסט א חסיד פון מעק און איך נישט. איך בין נישט קיין חסיד פון פי-סי, אבער אויך נישט פון מעק. איך העיט מייקראסאפט פראגראמס און איך נוץ עס טאקע נישט אחוץ די אפערעיטינג סיסטעם עקס-פי וואס דאס איז א גוטע אפערעיטינג סיסטעם און עס דינט מיר א מחיה.

איך האב שוין פריער געשריבען אז מיין קאמפיוטער איז שיין, און איך דארף נישט עס זאל זיין מער שענער, ווייל עס גייט מיר באמת נישט אן, און דאס איז נישט קיין סיבה צו צאלען א דאלער מער עכ"פ אין מיין אויגען.

CNET שרייבט פונקטלעך וויאזוי זיי האבען עס געטעסט און מיט וועלכע פראגראמען (ביידע קאמפיוטערס) במילא איז נישט קיין חילוק צו זיי זענען שונאים אדער נישט, פאקט איז פאקט.

צו זאגען אז MHZ האט נישט מיט שנעל קייט איז אזוי ווי מ'זאגט אז MB האט נישט מיט קיין סטארידז ספעיס...

לגבי המעתיק זעהסטו אז איך האב יא גוט געשמעקט...

איך ווייס א כלל אז א חסיד וועט קיין מאל נישט האלטען אז אן אנדערע רבי איז בעסער ווי זיין רבי בקושי וועט ער האלטען אז יענער איז בכלל א רבי...

צום פינטל: לגבי די צוועקען וואס רוב פון אונזער עולם דארף דעם קאמפיוטער איז נישט קיין ספק אז פי-סי איז נארמאלער

יוסעלע » 16/11/2004 22:59

אינטערסאנט איז אז רוב מער יוזערס זענען חסידים.... פארוואס???
איטערסאנט איז אז די טעסט פון סינעט איז רילייעבעל אבער טעסט פון עפל נישט... פארוואס???
אינטערסאנט איז אינטעל M טשיפס זענען פונקט אזוי שנעל ביי האלב שי קלאקסייקל פון די פענטיום טשיפס... פארוואס???
איטערסאנט עפל האט געהאט א סוויטש קאמפעין, האט מייקראסאפט פראבירט נאכצומאכן, און האבן אויפגעהערט א וואך דערויף... פארוואס???
אינטערסנאט סוויטשערס פון פיסי צו מעק איז דא לרחצה, פארעקרט כמעט נישט... פארוואס???
איטערסאנט אפיס פאר מעק איז בעסער ווי פאר ווינדאוס... פארוואס???
אינטערסאנט ווער עס זעהט די פאוער פון מיין מעק גייט ארויס פון התפעלות פון זייער אייגנס נישט... פארוואס???

To be continued...

יוסעלע » 16/11/2004 23:20

פיסי יוזערס קומען צו מיר טאגטעגליך יוסעלע מיין קאמפיוטער האט געקראכט, דיינס קראכט נישט... איטערסאנט!!!

קאמפאניס לאזן זיך אפ פון מייקראסאפט אין ריקן זיך צו לינאקס אין מעק... איטערסאנט!!!

ווען די קויפסט א פיסי דארפסטו צו קויפן, אנטי ווירוס, אנטי ספאם, אנטי ספייועהר, אנטי אהער אנטי אהין, מעק נישט... אינטערסאנט!!!

מעק איז געווען די ערשטע צו נוצען, פלאפי דרייווסף סי די, נעטווארקינג, ווייפיי, בלוטוט, די.ווי.די., זיפ דרייוו, ... איטערסאנט!!!

ווען וח טרעפסט אן איטעליגענטער גוי, צו א סענאטאר, מעיאר, אא"וו רוב באנוצן זיך מיט מעק... אינטערסאנט!!!

ווען מען דארף פאוערפולל קאמפיוטערס נוצט מען מעק, צב"ש גרעפיקער, ווידיאו, סאונדץ נישט פיסי... אינטערסאנט!!!

פייערוויער 800 אויף יעדער פאוער מעק/בוק, אויף פיסי מאן דכר שמיה... אינטערסאנט!!!

פייערווייער בלוטוט און ווייפיי G אפשנעל אויף יעדער מעק, אויף פיסי נישט... אינטערסאנט!!!

To be continued...

יוסעלע » 16/11/2004 23:23

אוי... כ'האב פארגעסן צו שרייבן.
די אייפאד ארבעט בעסער אויף מעק!!!!!

טאגליכט » 17/11/2004 02:29

רי יוסעלע איך פיר היינט א גאנצע פרינטינג שאפ (פאר לארג' פארמאט פרינטינג) אין איך ניץ נאר פי סי איך ווייס נישט וואס די זאגסט אז ס'קראכט איך האב שוין מיין קאמפיוטער באלד 3 חדשים און סהאט נאך קיינאיין מאל נישט געפריזט אין נישט געקראכט אין ביי מיר איז אפען א גאנצן טאג
EXPLORER, PHOT SHOP, ILOSTRATOR, PREPS, QUICK BOOKS, ,WORDS, QUARK, ACT, COREL DREW אין אוי איך האב פארגעסן די וויכטיגסטע EAGLE RIP, ACROBAT PRO,

כורמיזא » 17/11/2004 10:15

אינטערסאנט איז אז רוב מער יוזערס זענען חסידים.... פארוואס???
ווייל די חיצוניות איז איינס אין דערוועלט...
ס'איז נישט שייך צו זיין קיין חסיד פון פי-סי ווייל עס איז דא הונדערטע קאמפאניס אויף די זעלבע זאך (ס'האט אזא פנים וויא איינער וואס איז א חסידישע אבער באלאנגט נישט אין קיין שום קרייז).
און פון מייקראסאפט וויאזוי קען מען זיין א חסיד ווען זייערע פראגראמען זענען נישט סטאביל. אבער וואס איז גוט איז גוט.
קוק ווי לאנג די נעטסקעיפ יוזערס האבען זיך געהאלטען פעסט ביז איין טאג האבען זיי איינגעזען אז זיי זענען פשוט צוריק געשטאנען און עקספלארער איז אסאך שנעלער.

איטערסאנט איז אז די טעסט פון סינעט איז רילייעבעל אבער טעסט פון עפל נישט... פארוואס???
מעק וועט קיינמאל נישט מפרסם זיין זייער דארעך פאל, אבער סינעט יא ווייל ס'איז נישט זייער דארעך פאל נאר די דארעך פאל פון די קאמפאני וואס האט דאס געמאכט.

אינטערסאנט איז אינטעל M טשיפס זענען פונקט אזוי שנעל ביי האלב שי קלאקסייקל פון די פענטיום טשיפס... פארוואס???
איך האב נישט אדארעך געטוהן דעם ענין

איטערסאנט עפל האט געהאט א סוויטש קאמפעין, האט מייקראסאפט פראבירט נאכצומאכן, און האבן אויפגעהערט א וואך דערויף... פארוואס???
ווייל זיי האבען שערס אין מעק...

אינטערסנאט סוויטשערס פון פיסי צו מעק איז דא לרחצה, פארעקרט כמעט נישט... פארוואס???
ווייל פי-סי יוזערס זענען דא מסתמא 5000 מאל מער, כדי עס זאל זיין ניכר אז עס איז דא סוויטשערס פון מעק דארף עס זיין 5000 מאל מער סוויטשערס.
קוק ענדערשער וויפיל נייע יוזערס נעמען מעק און וויפיל פי-סי, איך ווארט אז די זאלסט ענפערען גלייך אויף גלייך און מיט דעם האט מען געשלאסען די ויכוח...

איטערסאנט אפיס פאר מעק איז בעסער ווי פאר ווינדאוס... פארוואס???
איך ווייס נישט די מציאות.

אינטערסאנט ווער עס זעהט די פאוער פון מיין מעק גייט ארויס פון התפעלות פון זייער אייגנס נישט... פארוואס???
אפשר ווייל זיי האבען ליעב די סטריט לייט ביים קארנער...

פיסי יוזערס קומען צו מיר טאגטעגליך יוסעלע מיין קאמפיוטער האט געקראכט, דיינס קראכט נישט... איטערסאנט!!!
מיינס קראכט אויך נישט

קאמפאניס לאזן זיך אפ פון מייקראסאפט אין ריקן זיך צו לינאקס אין מעק... איטערסאנט!!!
צו לינוקס יא פאר אסאך סיבות, צו מעק נישט (למשל B&H האט דאס געדראפט).

ווען די קויפסט א פיסי דארפסטו צו קויפן, אנטי ווירוס, אנטי ספאם, אנטי ספייועהר, אנטי אהער אנטי אהין, מעק נישט... אינטערסאנט!!!
עס איז מיט געקומען מיט מיין קאמפיוטער איין סאפטווער פאר אנטי ווירוס און מער פון דעם דארף איך נישט און איך האב נישט.

מעק איז געווען די ערשטע צו נוצען, פלאפי דרייווסף סי די, נעטווארקינג, ווייפיי, בלוטוט, די.ווי.די., זיפ דרייוו, ... איטערסאנט!!!
רוב יוזערס האבען דאס נישט געדארפט און זיי האבען געצאלט פאר גארנישט.
ביי פי-סי קענסטו קאסטאמייזען פונקטלך וואס דו דארפסט און געענדיגט. די הארדווער איז געווען צו באקומען גלייך ביי פי-סי אויך.

ווען וח טרעפסט אן איטעליגענטער גוי, צו א סענאטאר, מעיאר, אא"וו רוב באנוצן זיך מיט מעק... אינטערסאנט!!!
איך טענה שוין לאנג אז די אמעריקאנע אינטעליגענטע גויים זענען שכל פריי

ווען מען דארף פאוערפולל קאמפיוטערס נוצט מען מעק, צב"ש גרעפיקער, ווידיאו, סאונדץ נישט פיסי... אינטערסאנט!!!
ס'איז פשוט נישט אמת

פייערוויער 800 אויף יעדער פאוער מעק/בוק, אויף פיסי מאן דכר שמיה... אינטערסאנט!!!
אויף פי-סי איז דא אנדערע הארדווער און סאפטווער פאר דעם

פייערווייער בלוטוט און ווייפיי G אפשנעל אויף יעדער מעק, אויף פיסי נישט... אינטערסאנט!!!
ווער עס דארף דאס האבען קען דאס קויפען און ווער נישט נישט.

=

איך פיל אז דו ווערסט אביסעל נפגע.. איך וויל נישט אז דו זאלסט דיר פילען אומבאקוועם דא פראביר צו קוקען ביי דיר אליין אויב דו ביזט נישט קיין MAC FAN, למעשה האסטו נישט געשריבען קיין עכטע סיבות אריבער צו גיין צו מעק נאך דערצו אז היינט איז פי-סי אסאך שנעלער, און מעמארי איז אסאך ביליגער.

מיר גייט נישט אן צו די האלטסט פון פי-סי אדער מייקראסאפט איך קוק צו ס'איז גוט און ס'קען מיר דינען, און ווי גרעסער די קאמפאטישען איז, איז דאס א טובה פאר מיר.

יוסעלע » 17/11/2004 12:33

איך דארף גיי ארבעטן איך וועל ענטפערן אויף די אובענדערמאנטע זאכן (היינט אדער מארגען) , אבער אויף דעם וויל איך יא ענטפערן יעצט:

"איך פיל אז דו ווערסט אביסעל נפגע.. איך וויל נישט אז דו זאלסט דיר פילען אומבאקוועם דא פראביר צו , למעשה האסטו נישט געשריבען קיין עכטע סיבות MAC FANקוקען ביי דיר אליין אויב דו ביזט נישט קיין אריבער צו גיין צו מעק נאך דערצו אז היינט איז פי-סי אסאך שנעלער, און מעמארי איז אסאך ביליגער.

מיר גייט נישט אן צו די האלטסט פון פי-סי אדער מייקראסאפט איך קוק צו ס'איז גוט און ס'קען מיר דינען, און ווי גרעסער די קאמפאטישען איז, איז דאס א טובה פאר מיר."

יא איך בין א גרויסע מעק פען (איך האב א עפל סטיקער אויף מיין קאר) די עכטע סיבה אריבער צו גיין צו מעק איז זייער פשוט, איך דאווען אין ביה"מ, אין די פאקט ווייזט אז איינער וואס האט א פיסי האט מיט אינטערנעט האט יא אפטע פראבלעהמען, איך האב די אלע יונגעלייט לכתתחילה געאזט קויפט'ס ענק א מעק, אבער זיי האבן מיר נישט געפאלגט, איך האב נישט קיין טענות ס'איז זייערע דיסיזשאן, היינט קומען זיי מיר זאגן יוסעלע: נעקסט וואן איז עי מעק!

יא א פיסי איז ביליגער, אבער א פיסי איז אויסגעשטעלעט צו אסאך מעהר פראבלעהמען, די אפשר נישט, אנדערע (אסאך) יא, ווען די נעמסט א פיסי מעגעזין, פיסי וואורלד אא"וו, האבן זיי א טראבלשוטינג עריא, ריכטיג? פארוואס? ווייל א נארמאלע פיסי קראכט, דיינס נישט ביסט א בר מזל: וועסט קיינאל נישט טרעפן איינעם פרעגן דארטן, "מיין קאמפיוטער האט געקראכט דריי מאל לעצטע וואך" ווייל דאס איז גאנץ א נארמאלע זאך, ביי מעק (סיסטעם 10) איז דאס נישט נארמאל והא ראיה מיין 700 מעגאהערטז איימעק, האט געקראכט סך הכל צוויי מאהל, אין עס איז געווען דארט א פראבלעים און עס איז יעצט מסודר, שטעל דיך פאר אויף א 700 מהז. קאמפיוטער האב איך גענוצט קאנסטאנטלי קריעטיוו סוויט סי עס. קורעל דרו, ועוד... אויף די לעיטסט סיסטעם. ס'איז געווען שטאט אבער איט די היז דזאב. נעם היינט א 700 ממהז. פענטיום לייג ארויף עקס פי, מיט די אויבנדערמאנט סאפטוועהר, לאמיר זעהן די פערפארמענס!!!

מעק האט נישט קיין וויירוס! ווען מען טרעפט א סעקיוריטי האלל, איז עס פיקסט אין ווינציגער פון א חודש! נישטא קיין ספייוועהר! קענסטו דאס זאגן אויף ווינדאוס, עס קומט צו מיר צו א חסידישע יונגערמאן און זאגן עט מיר האט פאפאפ פראבלעימען, די שמוציגע, אויף מעק האסטו דאס נישט, דאס איז א פאקט.

ווינדאוס איז נאכגעמאכט עפל איז אויך א פאקט.

זאג מיר א סיבה פארוואס צו קויפן א פיסי, צו האבן די אלע פראבלעימען, איך ווייס אזוי פיל די אלע וואס קויפ מעק'ס, וועללן קיין ווינדאוס מער נישט אנקוקן, וואס זענען זיי משוגע? נארוואס זיי זעהן איין אז ווי האב איך געקענט זיי משוגע אזוי פיל יאהר.

וועגן דע בין איך א חסיד, ווייל עפל מאכט א זאך, טראבל פרי, ממש א מחיה, איך זאג מיינע חברים קויפט עפל, וועט איר האבן וויינגיער פראבלעימען.

ביי די וועי סי נעט איז אנטי מעק, פון דארט טוה מיר א טובה ברענג נישט קיין ראיה!

זאג מיר ייעצט אפאר סיבות "נישט" צו קויפן א מעק!

(איך בין נישט באליידיגט, אדרבה איך האב הנאה יעדע מינוט)

בכ"ר

יוסעלע

כורמיזא » 17/11/2004 12:44

די עכטע סיבה איז פשוט ווייל עס איז טייער און מ'קען באקומען אסאך בעסערס פאר העלפט די פרייז.

און אויך עס איז לימיטיד מיט היברו סאפטווער.

(ס'איז אמת אז איך בין מער אנטי מעק ווי פרא פי-סי)

איך גלייב אז דו פארשטייסט פארוואס מ'קען נישט גלייבען מעק מיט זייערע טעסטס (עכ"פ סינעט איז מער באגלייבט).

ווען מעק וועט האבען אן אויפען מארקעט אזוי ווי פי-סי און די דעוועלעפערס וועלען דעזייענען זייער סאפטווער פאר עס וועל איך אפשר טראכטען ביי מיין נעקסטע קאמפיוטער.

איינער האט מיר געזאגט אמאל אז ער נוצט MAC מיט די WINDOWS פאר מעק און ער נוצט נאר ווינדאוס פראגראמען...

כורמיזא » 17/11/2004 12:51

איך האב פארגעסען דיר צו שרייבען אז בעצם האב איך געעפענט דעם אשכול נאר ווייל איך האב געזען אז אין יעדע געלעגנהייט טיסטו פאדערען אז די עולם זאל אריבער צו מעק, און איך האב פארשטאנען אז דו ביזט א MAC FAN. איך האב חברים וואס זענען אויך FANS פון מעק אבער לעצטענס רעדען זיי זיך אפ אז זייערע קאמפאטישען'ס וואס האבען פי-סי'ס יאגען אן אסאך מער ווי זיי סיי מיט פאנטס און סיי מיט פראגראמס וואס זיי קענען נישט עפארדען צו קויפען אפגרעידס.

יוסעלע » 17/11/2004 13:37

וויפיל איך ווייס: די אלע קאמפאניס וואס מאכן פונטס מאכו פאר ביידע! אפיס פאר איז נישט היברו פרענדלי ביסט גערעכט. סאפטוועעהר איז רוב דא פאר ביידע, טאמער נישט איז דא אנדערע סאפטוועהר וואס מעק הט און ווינדאוס נישט.

וועגן די טעסט פון עפל, איז אמת אז עפל האט רביסל זיך געשטעלט אויף זייער זייט, לאמיר זאגן אז עס איז נאר 1.5 מאל שנעלער, וויסטו וואס לאמיר זאגן גלייך אויף גלייך. עפל סיסטעם האט דעמאלטס געקאסט $2500 די דעלל האט געקאסט בערך $4900, דאס מיינט אז א $2500 פיסי ביעט נישט קיין מעק.

מעק איז טייערע איז נישט אמת, קענסט קוים אן אימעק פאר $800, יא קענסט האבן א פיסי פאר ביליגער, אבער קענסט עס נישט קאמפערן.

ווען הייס איך קויפן א מעק, ווען מען קאמפלעינט מט פראבלעימען וואס מעק האט נישט, די אמת איז אז די אלי אנטי סאפטוועהר ארבטען 90%, די לעצטע סערוויס פעק, האבן גקראכט בערך 10% פון קאמפיוטערס, ביי מעק איז דאס נישט דא, איך האב צווי חברים וואס האבן עס אנאינסטאלעד.

איך נוץ אסאך יידיש, איך האב נישט קיין שום פראבלעם, איך האף בקרוב ארויס צוגעבן א קונטרסל אין אידיש מיט נקודות איך וועל עס פאוסטן אויב מעגליך.

אדרבה זאג דיינע חברים וואס האבן מעק אז איך קען זיי סופלייען מיט אלע סאםטוועהר וואס זיי ווילן, און איך קען זיי געבן קאנטאקטס ווי מען קען קויפ יידישע פונטס.

איך האב פאר מעק:
QuarkXpress 6.1
Adobe Illustrator CS
Adobe InDesign CS
Adobe GoLive CS
Acrobat 6
Adobe Photoshop CS
Corel Draw 11
Office 2004
Cinema 4D R9
Flight Check 5
FontLab 4.6
KnockOut 2
FreeHand MX
QuickBooks 6.0
Quicken
PitStop 6
Piranesi
Portfolio Pro
Sketchup 4
Suitcase 11
Toast Titanium 6
VectorWorks 11
Virtual PC 7
....

יוסעלע » 17/11/2004 13:45

איך האב פונקט יעצט באקומען די מעקוואורלד מעגעזין, שטייט געשריבן אזוי:


[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסעלע » 17/11/2004 13:49

כורמיזא » 17/11/2004 13:55

מיט די יידיש האסטו נישט קיין פראבלעם, אבער דו ארבעטס דאפעלט צייט ווייל מ'דארף נוצען פליפ פאנטס, און ביי פיסי ארבעט עס געהעריג.

יוסעלע » 17/11/2004 14:16

די קענסט נישט נוצען יידישע פונטס אין אדובי אפפס!
צווייטענס איך נוץ יידיש פליפעד, ווייל אזוי קען איך שיקן פראיקטן צום פרינט האוס, אן עם צו הייסן אינסטאלן יידיש אויף זיין סיסטעם!

מעק קומט מיט געהעריגע יידישע פונטס!

תוקן על ידי - יוסעלע - 17/11/2004 14:17:44

יוסעלע » 17/11/2004 14:24

כורמיזא:

טוה מיר א טובה און שרייב אפאר מעלות וואס פיסי האט קעגן די מעק, און נישט וואס מעק האט נישט.

כורמיזא » 17/11/2004 14:52

איך נוץ אינדיזייען אילוסטרעיטער מיט געהעריג היברו אזוי ווי אלע אנדערע היברו פראגראמען מיט פשוטע ווינדאוס פאנטס.

איך נוץ דעם פראגראם 'תג' פאר ספרים, ס'איז נישטא נאך א פראגראם וואס שטעלט אזוי גוט און גרינג אויס ספרים.

ווייל עס איז דא אזא גרויסע מארקעט קען איך מיר זייער שנעל אן עצה געבען מיט וואס איך דארף נאר האבען צו ס'איז פאנטס אדער פראגראמען (און עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון פראגראמען וואס ארבעט אויך אויף היברו פאר אומזיסט).

וועלכע קאסטאמייזד פראגראם איך האב נאר געוואלט האבען האב איך גלייך געהאט קאנסאלטענטס וואס האבען דאס געקענט מאכען און פארשטייען צו יידיש, (איך מיין אז עס איז דא זייער ווייניג וואס קענען פראגראמען אין מעק).

יוסעלע » 17/11/2004 15:31

פארוואס פאלט דיך איין אז ס'איז נישטא יידישע פונטס פאר מעק? סאיז דא ברווח.
אותיות מחכימות מאכט פאר ביידע
מ"ל דויטש'ס פונטס ארבעט אויך פאר ביידע

יידישע פונטס איז נישט די פראבלעם.

קום מיט א פרישע תירוץ, דראפ פונטס.

כורמיזא » 17/11/2004 15:56

פאר די פרייז פון משה לייב דייטשס פאנטס קען איך באקומען מסתם פיר מאל אזוי סאך פאנטס אין פי-סי.

וואס ענפערסטו אויף די אנדערע 3 זאכען וואס איך האב דיר געשריבען?

פארוואס אנערקענט נישט רוב וועלט אין דיינע טענות?

יוסעלע » 17/11/2004 16:33

וועלכע דריי?

קענסט קויפן סעטס פון 50 פונטס פאר $50 אנליין

כורמיזא » 17/11/2004 16:39

אט דא האסטו נאכאמאל:
1) איך נוץ דעם פראגראם 'תג' פאר ספרים, ס'איז נישטא נאך א פראגראם וואס שטעלט אזוי גוט און גרינג אויס ספרים.

2) ווייל עס איז דא אזא גרויסע מארקעט קען איך מיר זייער שנעל אן עצה געבען מיט וואס איך דארף נאר האבען צו ס'איז פאנטס אדער פראגראמען (און עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון פראגראמען וואס ארבעט אויך אויף היברו פאר אומזיסט).

3) וועלכע קאסטאמייזד פראגראם איך האב נאר געוואלט האבען האב איך גלייך געהאט קאנסאלטענטס וואס האבען דאס געקענט מאכען און פארשטייען צו יידיש, (איך מיין אז עס איז דא זייער ווייניג וואס קענען פראגראמען אין מעק).

-

די פאנטס וואס מ'קען קויפען אנליין זענען כמעט נישט ראוי צו נוצען.

והא ראיה יעדער וואס האט מעק כמעט נוצט דייטש'ס פאנטס (וואס איז זייער טייער ביחס צו פי-סי פאנטס [און ס'איז פארשטענדליך אויך ווייל פי-סי האט אסאך א גרעסערע מארקעט])

יוסעלע » 17/11/2004 17:00

בין איך שולדיג אז תג סופארט נישט מעק?

פונטס איז טייערער אוקעי, איטס א וואן אף פעימענט, און פראגראם'ס ווענד זיך די תשובה:
1. איליגאל קאפיעס איז איבער גענוג קענסט דאונלאודן.
2. רוב קאמפאניס מאכן סיי פאר מעק און סיי פאר פיסי, טאמער נישט קענסטו טרעפן די זעלבע סאפטוועהר פון א דריטע קאמפאני וואס מאכט יא פאר מעק.

ווען עס קומט צו קאסטומייזער קען איך פרעגן די קשיא פארקערט אויך! און אזא פאל קען מען נוצען ווינדאוס אויף א מעק דור וו.פי.סי.

איך דערמאן מיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט פון מייראסאפט סופורט, אין יענע צייטן:
איך האב געקויפט א די.ווי.די. דרייוו וואס האט געארבעט פון אין ווינ2000 אין עקספי האט עס געמאכט צרות, האט מייקראספט סופרט געגעבן הילף: "זיי אזוי גוט אנאינסטאל עקספי גיב עס צוריק ווי די האסט עס געקויפט פאר א ריפאנד". וואלסטו דאס גערופען סופארט? איך נישט.

תוקן על ידי - יוסעלע - 17/11/2004 17:03:03

iraq4002 » 17/11/2004 17:25


אקאעי, לסיכום

אויב איינער וויל קויפן א קאמפיוטער סיסטעם פאר אידישע גרעפיקס און טייפסעטינג, זאל ער קויפן פיסי אדער מעק?

אויב איינער האט א קשיא וועגן היברו אויף קאמפיוטער, פיסי אדער מעק, וועמען איז גוט צו פרעגן, וועלכער היימישער איד הייסט א מומחה אין דעם?

ביטע ענטפערן קורץ און שארף.

יוסעלע » 17/11/2004 17:30

פאר גרעפיקס א מעק.

וואס איז טייפסעטינג?

וואס מיינסטו א מומחה?

יוסעלע » 17/11/2004 21:43

Meet you tomorrow at the MacExpo in London
www.mac-expo.co.uk

משוגענער » 17/11/2004 22:55

יוסעלע, אוודאי איז נישט דא קיין וויירוסעס פאר מעק. וויסט פארוואס? ווייל עס אינטערעסירט קיינעם נישט. די אלע וואס שרייבען וויירוסעס פרובירען צו אטאקירן דערמיט וואס א גרעסערער עולם. פי סי באנוצערס זענען ארום ניינציג פראצענט פון די מארקעט, נו פארוואס זאלן זיי אפילו אנפאנגן צו שרייבן א וויירוס פאר א רעלאטיווע קליינע עולם? גלייב מיר אז אויב די גאנצע וועלט וואלט דיר אויסגעהערט און אריבערגעגאנגען צו מעק, וואלסטו שוין געזעהן ווי גוט מעק איז, עס וואלט געווען פונקט אזוי סאך וויירוסעס.
ביי די וועי, אפשר זאגסטו מיר פארוואס מעק מאכט אלע זייערע פראדוקטן מיט אזא צודרייטע דיזיין? צו וואס ברויך איך אז דער מויז פון דעם קאמפיוטער זאל מיר אויסקוקען ווי מיין באבע'ס חנוכה פאנקען? די האנט מיינע טוט מיר פשוט וויי פון האלטן עס אזוי לאנג אויף דעם דוינאט/מויזל.

יוסעלע » 17/11/2004 23:15

וועם גייט אן וואס די סיבה איז, איך דארף נישט קיינער זל אריבער גיין, איך קען באשטיין אז מעק יוזערס זאל באשטיין נאר פון מיר מיט מיינע חברים, פאקט איז אז עס איז וויירוס פרי, און עס שפארט דיך אן אסאך קאפווייטאג.

קיינער וויל נישט שרייבען פאר מעק? טעות. קיינער קען נישט! עס וואלט געווען אסאך אינטערסאנטער צו שרייבן א וויירוס, אז די CIA צו NASA זאל האבן צו געדענקען, ס'איז אבער דא איין פראבלעים, מען קען נישט שרייבן, ווייל עס איז סעקיור, ליין דע ארטיקל וואס איך האב פריער געפאוסט.

אזוי פיל קען איך דיר יא זאגן אז פון צווישן 25.000.000 וואלטן זיך געטראפן גענוג מענטשן צו ברעכן די רעקארד און שרייבן א וויירוס, די אמת איז מען האט יא געשריבן אבער נאר פאר סיסטעם 9, פאר סיסטעם 10 זענען זיי געבליבן ביים שרייבן, יא זיי שרייבן נאך....

כורמיזא » 17/11/2004 23:21

IRAQI4002, איך האלט אז פאר גראפיק איז אויך מער כדאי צו נוצען פי-סי, ווייל מ'נוצט אדאבי פראגראמען און זיי אפגרעידען עס אסאך פאר MAC.

און חוץ פון דעם פאר די פרייז פון א MAC קען מען האבען א פי-סי וואס ארבעט אסאך שנעלער.

יוסעלע » 17/11/2004 23:23

צודרייטן דיזיין???

די וויסט וואס איך וועל דיר זאגן, א שאד מיין צייט, די עפל געוואונט א גאנצע צייט מעדאלס אין הונורס פאר זייער דיזיין, עס איז פון די שענסטע זאכן וואס די וועלט האט נאר געזעהן לאמיר אנהייבן:

איימעק: אלעס אריינגעבויט און א 2 איטשיגן דיספלעי:
גיב א קוק
http://www.apple.com/imac/

פאוערמעק:
יא א גרוסן באקס, קוק אריין אינעווייניגת עפן דיין אייגענע קאמפיוטער און גלייך צו:
http://www.apple.com/powermac/

אא"וו מיט די הערליכע דיספלעיס, אייפאדס, אימעקס, פאוערבוקס, אייבוקס.

איך ווייס נישט טאמער די ווייסט אבער ניינציג פראצענט פון מאווי און קאמפיוטער רילעיטעד עדס נוצען עפלס, יא זיי מעק אויס די עפל.

די איז צודרייטן דיזיין, אז ס'געפעלט דיך נישט די מאוס קויפ מייקראסאפטד "שטארק" מאוס וואס האלט זיך גענוי 2 חדשים:
http://www.hardmac.com/niouzcontenu.php?date=2004-11-09
די דריטע ארטיקל

יוסעלע » 18/11/2004 12:13

נאך און נאך קאמפאניס לאזן אפ מייקראסאפט.
עפל איז אופען סאורס.
http://www.hardmac.com/niouzcontenu.php?date=2004-11-18#3234

כורמיזא » 18/11/2004 13:37

...

יוסעלע » 18/11/2004 17:38

כורמייזא! ווען קויפסטו דיין נייע מעק???

כורמיזא » 18/11/2004 17:52

איך האב געהויבען הענט ווייל אלע קאמפאניס גייער אריבער צו מעק...

יוסעלע » 18/11/2004 17:56

איך האב נישט געזאגט "אלע", אבער א שיין חלק יא!

סי. ען. ען. האט אויך וואס צו זאגן:
http://www.cnn.com/2004/TECH/internet/11/01/tangled.in.spyware.info.ap/index.html

יא די מעק האט א פאר קליינע חסרונות (טייערע פונטס, וכדו') די פיסי למעשה האט אפאר "גרויסע" חסרונות, סו די טשויס איז יורס.

משוגענער » 18/11/2004 18:00

יוסעלע, אפשר זאגסטו מיר וועלכע בוך וואלט כדאי געווען צו לייענען אויב איינער האלט זיך ביים טויפן צום מעק?

כורמיזא » 18/11/2004 18:15

יא די מעק האט א פאר קליינע חסרונות (טייערע פונטס, וכדו') די פיסי למעשה האט אפאר "גרויסע" חסרונות,

ס'איז אזוי ווי איינער וואס שטייט ביים באן סטאנציע און זעט צוויי באנען איינס פארט ווי ער דארף אבער עס איז נישט געהעריג צוגעשטעלט קיין פלאץ צו זיצען און אויך עס איז זייער אלט און עס מאכט א הויכע רעש, און די צווייטע איז א הערליכע נייע באן מיט אלע באקוועמליכקייטן אבער עס פארט די פארקערטע ריכטונג. נו האט ער א טשויס?!

דאס זעלבע איז לגבי אז עס האט נישט די פראגראמען וואס איך דארף ווי צום ביישפיל 'תג'

זיידיאנטשי » 18/11/2004 18:39

צו מאכן א סך הכל פון דעם אשכול און פון דורכטון דעם נושא שטעלט זיך ארויס אזוי:

אויסצושטעלן ספרים אדער סתם צו האבן א קאמפיוטער זיך אביסל ארום צושפילן און שרייבען אידיש איז א Windows PC קאמפיוטער סך בעסער

פאר מער פארגעשריטען דיזיין פראגרעמס צו מאכן מער העווי ארבעט איז א Apple Mac מער צוגעפאסט

מייקראסאפט איז למעשה ביז XP/2000 געווען שטארק הינטערשטעליג אבער היינט צו טאגס איז די אפערעיטינג סיסטעם סך מער סטעבל און אפילו פרינטערס קענען זיך אויף דעם פארלאזן רואיג, מעק איז אויך נישט געווען 100 פראצענט ביז לעצטענס אבער זיי זענען געווען בעסער ווי ווינדאוס (ווער סאיז באקאנט ווייסט אז די גאנצע ווינדאוס געדאנק איז געגנבעט פון מעק) היינט איז מעקס נייע אפערעיטינג סיסטעם זייער שטארק פארגעשריטען און זיי האלטן דאס אין איין אפגרעידן, מייקראסאפט נייע אפעירעיטינג סיסטעם Longhorn גייט בקרוב ארויסקומן אין די נעקסטע 2 יאר

כמעט אלע פראגראמס ארבעטן שוין היינט אויף ביידע פלאטפארמעס, פאר אידיש קען מען זיך זייער גרינג א עצה געבן (אטענשאן: כורמיזא) וואס דאס איז אפשר די וויכטיגסטע זאך וואס כוויל דא ארויסברענגן

מייקראסאפט האט געמאכט א פראגראם וואס הייסט Virtual PC, מען אינסטאלירט דאס אויפן מעק און סווערט א געהעריגע פי סי! סלויפט דורך ווינדאוס און מקען דארט אינסטאלירן אלע ווינדאוס פראגראמס און פאנטס און דאס ניצען ווי א געהעריגע פי סי נאר מיט די וועלט בארימטע שנעלע מעק קאמפיוטערס, אזוי קען מען געניסן פון ביידע וועלטן - מעק און פי סי
http://www.microsoft.com/mac/products/virtualpc/virtualpc.aspx?pid=virtualpc

גייטס דא צו זען א קלארע דעמא
http://www.microsoft.com/mac/products/virtualpc/virtualpc.aspx?pid=vpcdemo

יוסעלע » 18/11/2004 19:09

משוגענער:
Macintosh the Naked Truth
ס'איז א פעסטער ביכל פון סקוט קעלבי


כורמיזא:
פאר תג ביסטו גערעכט, איך שוין פריער געשריבן, אבער דעטס איט!!!


זיידיאנטשי:
פאר דריקן ספרים ביסטו גערעכט. פאר סתם אזוי נוצעןל צו בראזען און א ביסל מיוזיק און ווארד, איז מעק אסאך בעסער, ווילך עס קומט מיט אלע נויטיגע סאפטועעהר וואס פיסי קומט נישט. ווי למשל:
אייטיונעס: מיוזיק קאלעקשאן (טראכט מידיא פלעיער)
אייפוטו: צו מסדר זיין בילדער, פרינטען קויפן בילדער קויפן געבינדענע ביכלעך, שערן מיט אנדערע מעקס, פאבלישן אנליין אלעס מיט "נאר" איין קליר. (טראכט ???)
איימאובי: מאך דיינע אייגענע ווידיאו,ס מיט די לעיטסט עפעקטס פון די דיגיטאלע קעמקארדער, איזי פיזי, נישט קייןם גוזמא (טראכט אדובי פרעמיער)
איידיווידי: מאכן פון דיינע ווידיאוס בילדער מיט מיוזיק דיווידי'ס מיט איין קליק (טראכט ????)
גאראזש בענד: קאמפאוז דיינע אייגענע טרעקס (טראכט לאזשיק בעסיק)

אייסינק: סינקראנייז דיין סעלל, לעפטאפ, קאמפיוטער ביים ארבעט, אייפאד דורך בלוטוט מיט איין קליק, אלע קאנטאקטס אגענגע און נאך (טראכט ???)

ועוד

אלעס בחינם אין כסף, פרעג איך דיר וואס שטעלט פיסי צו? יא ענטי ווירוס ענט ענטי, עפעס לייטיש קאסט געלט' הא! יעדע איינער האט היינט א דיגיטאלע קעמערע פוסטו קויפו סאפוועהר, קעמקארדא, קויפן נאך סאפטוועהר וכו' נא מעק איז אלעס בחינם, סא! קאסט אביסל די פונטס, מען גלייכט זיך אויס מיט א רעשט.

וויםיסי, איז געמאכט דורך קאנעקטיקס, מייקרוץ האט זיי אפגעקויפט (וואס האבו זיי שוין יא געמאכט כמעט אלעס איז אפגעקויפט, און פארקריפלעד)

בכ"ר

יאסעלע

משוגענער » 18/11/2004 19:19

יוסל, איך זיך נישט א בוך וואס זאל מיר מסביר זיין פארוואס מעק איז בעסער. איך דארף עס זאל מיר אויסלערנען ווי אזוי א מעק ארבעט, זינט איך האב כמעט נישט גענוצט א מעק.

יוסעלע » 18/11/2004 19:21

ס'איז אזוי ווי איינער וואס שטייט ביים באן סטאנציע און זעט צוויי באנען איינס פארט ווי ער דארף אבער עס איז נישט געהעריג צוגעשטעלט קיין פלאץ צו זיצען און אויך עס איז זייער אלט און עס מאכט א הויכע רעש, און די צווייטע איז א הערליכע נייע באן מיט אלע באקוועמליכקייטן אבער עס פארט די פארקערטע ריכטונג. נו האט ער א טשויס?!

נישט ממש אזוי: ס'איז אזוי ווי איינער וואס שטייט ביים סטאנציע און זעהט צוויי באנען איינס וועט סטאפן ביי יעדע סטאנציע וועט מסתמא קראכן עטליכע מאל אינמיטן וועג, עסן קאסט געלט, טרינקען קאסט געלט, אבער די טיקעט איז צעהן פראצענט ביליגער. די אנדערע איז עקספרעסס, בחנם עסן בחנם טרינקען אביסעלע באקוועמער, "אהער" עס קאסט מיט צעהן פראצענט מעהר.
יו מעיק יור טשויס, מיין איז מעיד!

יוסעלע » 18/11/2004 19:26

גלייב מיר די דארפסט נישט א ביך!

ווען איך האב געקויפט מיין ערשטע מאק אב איך מיעך געקויפט די ביכל "מעק פור דאמיס" איך האב עס ניטאמאל געליינט ס'ליגט ביי מיר אין שאנק נישט געליינטער הייט.

מען דארף זיך אביסל צוגעוויינען, קענסט גיין צו עני עפל סטור (איין הערליכע באקנטע איז דא אין סוהו אין ניו יארק) אין שפיל דיך ארום מיט וואס די ווילסטו פאר ווי לאנג די ווילסט, עס איז בעסער ווי א ביכל.

אז די ווילסט דייקא יא א ביכל איז דא גענוג אין עני קאמפיוטער סטור קוק אויס פאר "Mac OSX" עס האלט יעצט ביי סיסטעם 10.3 קויפ נישט עלטערס ווייל יעדער אפדעיט אי ז א חילוק ווי פון ווינדאוןס 98 צו עקסי פי, מילא 10.2 איז נאר 50% גוט פאר א היינטיגע מעק.
עפל אפדעיט די סיסטעם בערך יעדע 15 חדשים. (חוץ די קליינע אפדעיטס פון יעדע פאר וואכן).

משוגענער » 18/11/2004 19:38

אגב, האב איך נישט ליב XP, איך נוץ דייקא 98SE

יוסעלע » 18/11/2004 19:52

Whoua!!... You are way out of date
:-)

זיידיאנטשי » 18/11/2004 21:32

יוסעלע
iTunes קען מען אויך האבן פאר פי סי בחינם
סאיז די בעסטע אין די וועלט! כניץ דאס יעדן טאג און סהאלט הערליך אין ארדענונג מיין ריזיגע מוזיק לייברערי
http://www.apple.com/itunes/download/
בלאט: 1 2